top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסערט וויז'ניץ וועט אפרייזן קיין לאנדאן לרגל שמחת הברית פון אייניקל

זונטאג פ' וירא • י"ד חשון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: א. אייזנבאך


מארגן מאנטאג וירא וועט כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א אנקומען אויף א בליץ באזוך צום עיר הבירה לאנדאן צו באשיינען די שמחה במעון קדשו, שמחת הברית מילה פון אן אייניקל, בן הנולד ביי בן זקוניו הרה"צ רבי שלום עוזר האגער איידעם פון הגה"צ אב"ד טשארטקוב לאנדאן שליט''א.

די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אין וועג מארגן מאנטאג אינדערפרי, צומארגנס דינסטאג וועט פארקומען די שמחת הברית מילה אין טשארטקוב'ער ביהמ''ד אין די סטעמפארד הילל געגענט בקול צהלה ורינה מיט די באטייליגונג פון פילע חסידים ומעריצים ותושבי העיר, אין לויף פון די קארצע ימי הביקור וועט די רבי שליט"א אויסניצן דעם געלעגנהייט אויפצונעמען די חסידים אין לאנדאן לעצה ולברכה, דאנערשטאג נאכמיטאג וועט זיך די רבי צוריק קערן אהיים למעון קדשו אין רמת וויזניץ חיפה.

די רבי שליט''א וועט האבן די אכסניא אין לאנדאן בבית הנגיד ר' יעקב מאיר דרייפוס הי''ו.



Comments


bottom of page