top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויחזרו לתלמודם!

  • תמונת הסופר/ת: נייעס’לעך
    נייעס’לעך
  • 31 במאי 2020
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 7 במאי

מיט דערלייכטערונג ווערט אויפגענומען די פאזעטיווע אנטוויקלונג אז אנגעהויבן פון מארגען מאנטאג, וועלן רוב חסידישע ישיבות איבער גרעיטער ניו יורק צוריק אנהייבן די לימודים ווי געהעריג אין די בניני הישיבות פון פארטאג'ס ביז נאך נאכט-סדר, נאך א לאנגע כמו בין הזמנים פון איבער צוויי חדשים. צווישן די ישיבות וואס וועלן זיך מארגען עפענען געהעריג איז ישיבת קארלין-סטאלין וואס איז אייגענטליך געווען די ערשטע מוסדות אין ניו יורק זיך צו פארשליסן תיכף נאך פורים.

אין די זעלבע צייט ווערט ארויסגעהויבן די דרייסקייט פון די געציילטע מנהלי הישיבות וואס זענען מער ווייניגער אנגעגאנגען מיט די סדרי הישיבה אויך אין די שווערע אומשטענדן, שאפענדיג א געוואלדיגע קידוש השם און א לעבעדיגע ביישפיל פאר די תלמידים איבער די חשיבות פון לימוד התורה.



Comments


bottom of page