דאנערשטאג פ' שלח - כ"ו סיון תשפ"ג | קול בחצרות
מיט פארקלעמטע הערצער און פארווייטאגטע געמיטער האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחת עולמים האי גאון וצדיק כ"ק אדמו"ר מבאסטאן פלעטבוש זכר צדיק לברכה, וועלכער איז נעכטן נפטר געווארן אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר, נאך א לענגערע תקופה פון שווערע יסורים ומכאובים.
דער באסטאנער רבי הרב הצדיק ר' פנחס דוד הורוויץ זצ"ל, איז געווען דער צווייטער זון פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק ר' משה מבאסטאן זצ"ל, א זון פונעם ערשטן באסטאנער רבי הרה"ק ר' פנחס דוד זצ"ל, און א איידעם ביי הרה"ק ר' חיים אברהם אייכענשטיין זצ"ל אדמו"ר מזידטשויב, א רעכטער אייניקל פון הרה"ק ר' אייזיק'ל זידטשויבער זי"ע.
אין זיינע יונגע יארן איז דער רבי זצ"ל אויפגעוואקסן אין ניו יארק, אויפן שויס פון זיין גרויסן טאטן דער באסטאנער רבי זצ"ל, וועלכער האט געפירט זיין שיינעם בית המדרש אין וויליאמסבורג, און דערנאך אין קראון הייטס, בהגיעו לפירקו איז דער רבי געווארן אן איידעם ביי הרב הגאון ר' מאיר סג"ל לאנדא זצ"ל אב"ד דראהביטש, און אויפגעשטעלט א שיינע שטוב לשם ולתפארת.
משחר טל ילדותו האט דער רבי געהאט א שטארקע קשר צום שטאט ירושלים, בקרתא דשופריא, ער פלעגט שטענדיג רעדן פון ירושלים און דערמאנען די געוואלדיגע קשר פון זיינע אבות הקדושים קיין ארץ ישראל.
דער רבי האט אוועקגעשטעלט בית מדרשו לתורה ולתפילה אין שטאט פלעטבוש, וואו ער האט צוזאמגעקליבן א הייפעלע אידן זיי צו דערהייבן בתורה וחסידות, בנועם לשונו האט ער אויפגעטרעטן מיט ווארעמע דרשות און חיזוק שמועסן, און געהאט די זכיה צו מקרב זיין הונדערטער אידן לאביהם שבשמים. דער רבי האט געגרינדעט א ישיבה וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר תלמידים, און אריינגעבאקן אין זיי א ריכטיגע שעצונג און ליבשאפט פאר די תורה הקדושה.
אויך האט דער רבי אוועקגעשטעלט בית מדרשו אין די טענערסוויל קאנטרי, נאך מיט יארן צוריק ווען היבש ווייניג חסידישע אידן זענען דארט געפארן אויף אפרוה. מיט די יארן ווען דער היימישער ציבור האט אנגעהויבן קומען אהין, איז די באסטאנע בית המדרש געשטאנען אלס די לייכט טורעם פון די גאנצע געגנט, וואו דער רבי האט משפיע געווען לארץ ולדרים, און אריינגעשיינט מכח תורתו אין די אידישע הערצער, און מזכה געווען טויזענטער אידן מיט שיעורי תורה און מניני תפילה צו יעדע צייט.
בדרך אבותיו הקדושים איז דער רבי געווען א יודע נגן מיט א שיינע שטימע, דער רבי האט פארפאסט ניגונים, און געזינגען מורא'דיג ווארעם און הארציג, וואס האט אינספירירט יעדן ארום. די כח הנגינה האט דער רבי שטארק גענוצט ביי די ווארעמע תפילות אלס שליח ציבור, כבן המתחטא לפני אביו.
אין די לעצטערע יארן איז דער רבי ליידער קראנק געווארן מיט א שווערע מחלה, און די לעצטע פאר וואכן האט זיך די מצב ליידער דראסטיש פארערגערט, ביז נעכטן מיטוואך מיטאג ווען דער רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה, לדאבון לב תלמידיו וחסידיו און אלע ידידים ומכירים.
די מסע הלוויה האט זיך אנגעהויבן נעכטן נאכמיטאג בהיכל בית מדרשו אין פלעטבוש, און האט ממשיך געווען היינט פארנאכטס אין ירושלים עיר הקודש, וואו פילע אידן זענען געקומען אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן רבי'ן זצ"ל, און דערנאך איז דער רבי געקומען לקבורה בחלקת אבותיו הקדושים אויפן הר הזיתים.
די רבי זצ"ל לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך בנין וחתנין רבנן: בניו: הרה"צ ר' מרדכי זיסקינד אב"ד באסטאן פלעטבוש איידעם ביי הגה"צ אב"ד עטשעד, הרה"צ ר' חיים אברהם אב"ד באסטאן מאנסי, הרה"צ ר' לוי יצחק אב"ד באסטאן מאנטריאל, הרה"צ ר' ישראל אב"ד באסטאן לעיקוואד איידעם ביי הרה"צ ר' בן ציון טווערסקי מהארינסטייפל, הרה"צ ר' יהודה צבי איידעם ביי הגה"צ אב"ד סלונים ב"פ, הרה"צ ר' משה איידעם ביי הגה"צ רבי ברוך זינגער אב"ד אלכסנדר ב"פ, און די איידעם הרה"צ ר' חיים מאיר שטאקהאמער בן כ"ק אדמו"ר מקאמרנא רמת שלמה שליט''א.
זכר צדיק לברכה לחיי העולם הבא.
Comments