top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאור המצב • פון חצה"ק וויזניץ איז געמאלדן געווארן איבער נייע חתונה זאלן אין בני ברק בקרב הקהילה



אין די צייט וואס אין די פארלאפענע וואכן זענען אויפגעברענגט געווארן פלענער דורך פארשידענע עסקנים איבער פרישע איינצוימונגען אין די חתונה תקנות אריינגערעכענט אז די חתונות זאלן פארקומען אין ביליגע און קלענערע שמחה-זאלן, איז געמאלדן געווארן פון קהלת ויזניץ-מרכז, אז אין די קומענדיגע וואכן וועט די גרויסע 'היכל הטישן' אין בני ברק אהערגעשטעלט ווערן פאר 'א חתונה-זאל' ווי חסידי ויזניץ וועלן פראווענען די חתונות פון היינט און ווייטער.


נאך לענגערע אסיפות מיט די עסקנים האט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו אז די 'היכל הטישן' זאל ווערן א חתונה-זאל און איינע פון די חסידים וואס איז בעה"ב פון א קעיטערינג, אז ער וועט צושטעלן דאס עסן ביי די חתונות פאר א מינימום פרייז, כדי די חסידים זאלן קענען חתונה מאכן אויף א גאר ביליגע פארנעם און מיט דעם איינשפארן שווערע געלטער פון די מחותנים.


די דרייסטע שריט פון כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס פרייד ביי די גאנצע אידישע וועלט, זייענדיג דאס ערשטע חסידות וואס האט געטון למעשה, און ס'איז צום האפן  אז דאס וועט צוברענגען אן ערענסטע מהפיכה אין איינצוימען די ריזיגע חתונה הוצאות.

bottom of page