top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרחיבו מקום אהליך

גרויס התרגשות און פרייד נעמט ארום חסידי וויזניץ-מאנסי ווען דען מאנטאג איז ענדגילטיג געשלאסן געווארן די מעכטיגע 'זעקס-און-פערציג מיליאן דאללערדיגע' מקח פון א ריזן קאמפלעקס אין שטאט נייעק לטובת די נייע יישבה גדולה דחסידי וויזשניץ-מאנסי. נאך לענגערע חדשים פון אפהאנדלונגען און באמיהונגען פון די הנהלת המוסדות האט מען דעם מאנטאג ענדליך געחתמעט אויפן קאנטראקט אפצוקויפן אזויפיל ווי פערציג בנינים אין א גיגאנטישן שטח אין נייעק, וואס טייל פון די בנינים וועלן באנוצט ווערן לטובת די ישבה ווי א ביהמ"ד און דאמאטארי און אנדערע צוגעהערן לטובת הישיבה.








Komentáře


bottom of page