פון חצר הקודש סקולען ווערט איבערגעגעבן, אז דעם קומענדיגן 'שבת אמור' וועט געפראוועט ווערן די 'שבת עליה לתורה' פון החתן בן הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען-ב"פ - אין ביהמ"ד סקולען אין בארא פארק.
די שמחת החתונה וועט בעז"ה פארקומען נאך שבועות הבעל"ט אין ירושלים עיה"ק, און אזוי ווי לויט די יעצטיגע מצב וועלן די ברודער כ"ק האדמורי"ם מסקולען שליט"א זיך נישט קענען באטייליגן ביי די חתונה, וועט די 'שבת אויפרוף' געפראוועט ווערן אויף א גרעסערע פארנעם און וועט זיין מיט די באטיילעגונג פון אלע ברודער בני הרה"ק מסקולען זצ"ל, און כ"ק האדמורי"ם מסקולען-מאנסי און סקולען-לעיקוואוד שליט"א וועלן אריינקומען אויף קיין בארא פארק און פראווענען אינאיינעם דעם גאנצן שבת אין סקולענ'ע ביהמ"ד.
פון די עסקנים ווערט איבערגעגעבן אז עס וועט נישט זיין ערלויבט פאר קיינעם בלי שום יוצא מן הכלל, אריינצוטרעטן אין ביהמ"ד און בלויז בני המשפחה וועלן קענען אריינגעלאזט ווערן לויט א פונקטליכע סדר. מ'בעהט אויסצופאלגען אלע אנווייזונגען פון די סדרנים און זיכערהייט וועכטער כדי נישט גורם זיין אומזיסטע עגמת נפש און אנדערע קאנצוקווענצן.
Comments