דינסטאג פ' נצבים וילך - י"ט אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: משה גאלדשטיין
חסידי ערלוי אין שטאט אלעד זענען אונטערן טיפן רושם פונעם ביקור קודש פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, וועלכער האט פארגאנגענעם דינסטאג נאכט מפאר געווען אין שטאט לכבוד די מעמד קביעת מזוזות און פתיחת שערים פון די נייע בנין הביהמ''ד דחסידי ערלוי אין שטאט 'בית יעקב שלום' על שמו ולזכרו פון הנגיד החסיד המפואר רבי יעקב שלום פישער ע"ה עמוד התווך פון מוסדות ערלוי בארץ הקודש.
אנקומענדיג בשערי העיר, איז די רבי באלד צוגעפארן צום נייעם בית המדרש, וואו עס האבן אפגעווארט די צענדליגע חברי הקהילה תושבי העיר וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע מאמענטן מלובש בבגדי שבת, ווי עס האבן אויפגענימען דעם רבי'ן אחיו הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד שליט''א, די ראשי קרן הבנין, גבאי הבית מדרש און בני משפחת פישער הנכבדה.
די רבי האט קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג פונעם נייעם בנין מפואר, און דערנאך מכבד געווען די ברודער הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד און הנגיד ר' שמשון פישער צו קלאפן מזוזות, דאן האט מען מיסב געוועהן צום סעודת מצווה לרגל די חנוכת הבית וואס איז געוועהן צוגעשטעלט אויף גאר א רייכע פארנעם, באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה.
אלס יושב ראש המעמד האט אויפגעטראטן דער מעיאר פון שטאט ר' ישראל פרוש, און עס האבן אויפגעטראטן מיט דרשות הגה"צ אב"ד ערלוי אלעד, הרה"צ ר' שלום צבי סופר בנו יחידו פונעם רבי'ן שליט"א, און הרה"ג ר' משה וויינפעלד איידעם פון הנה"ח ר' יעקב שלום פישער ע"ה בשם די משפחה.
צום הויכפונקט פונעם מעמד האט מען געהערט דברי אלוקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט מעורר געווען דעם ציבור איבער מורא מקדש, צום שלוס פונעם מעמד האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה און נאכן בענטשן איז די גאנצע ציבור דורך אל מול פני הקודש.
Comments