top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסקווירא ארויסגעפארן קיין מאליבא קאליפארניע אויף אפרוה | בילדער

מאנטאג פ' קרח - ל' סיון תשפ"ג | קול בחצרות


היינט נאכמיטאג האט כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין שיכון סקווירא אויפן וועג קיין מאליבא קאליפארניע ווי די רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן למנוחת הנפש.


אויפן וועג ארויס פון שטעטל איז די רבי שליט''א דורכגעפארן די בניני המוסדות, די ישיבה גדולה, ישיבה קטנה אין ביים בנין התלמוד תורה ווי די תלמידי המוסדות די בחורי חמד אין ילדי תשב''ר זענען געוועהן אויסגעשוהרט אין ארויסבאגלייט דעם רבין בשירה וזמרה.


אינעם לופטפעלד זענען די חסידים דורך זיך געזעגענען אין באגלייט דעם רבין צום טערמינאל מיטן ניגון כי בשמחה תצאו. אום 5 אזייגער נאכמיטאג האט דעם רבינס פריוואטע עראפלאן געלאנדרעט אין קאליפארניע אין ביים אנקומען צום אכסניא אין מאליבא איז די רבי ארויסגעקומען צום פארטש ביים וואסער אין געזאגט די ברכה פון 'עושה מעשב בראשית'.





bottom of page