top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמו"ר מוויזניץ קייאמישע פאררופט אסיפה מיט ביזנעסלייט איבער טעכנעלאגיע

דינסטאג פ' ואתחנן - ז' אב תשפ"ג | קול בחצרות


פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט''א אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין קרית יואל, וואו דער רבי האט זיך באטייליגט ביי א דריגענדע אסיפה מיט א רייע עסקנים און ביזנעס מאגנאטן דורכצושמועסן פארשידענע נושאים בעניני טעכנעלאגיע.


דאס קומט נאכדעם וואס מיט צוויי וואכן צוריק איז פארגעקומען א גרויסארטיגע אסיפה אין קרית וויזניץ קייאמישע לעיק פאררופן דורכ'ן רבי'ן שליט"א, זיך צו מחזק זיין קעגן די פגעי הטעכנעלאגיע. נאך וואס די עסקנים האבן פארבעטן דעם רבי'ן אוועקצושטעלן פעלזן פעסטע תקנות בעניני טעכנעלאגיע, האט דער רבי קלארגעשטעלט אז איידער ער גייט מאכן א תקנה מוז ער קודם אליינס פארשטיין דעם גאנצן ענין, און נישט סתם אסר'ן זאכן וואס ער ווייסט נישט וואס דאס מיינט.


דורכאויס די לעצטע צוויי וואכן האט דער רבי פאררופן עטליכע זיצונגען מיט פארשידענע עסקנים דורכצוטון די נושא, וועלכע תקנות מען האט מצליח געוועהן דורכצופירן ביים ציבור אין וועלכע נישט, און אזוי אויך די פארמערטע באנוץ פון טעכנעלאגיע ביים היימישן ציבור, ווי וויכטיג דאס איז פאר בעלי בתים און ארבעטס אינגעלייט, און ווי ווייט עס פעלט זיך אויס היתרים פאר סוחרים, צו וויסן די קלארע גדר וואו מען דארף אוועקשטעלן די תקנות.


אצינד האט דער רבי פאררופן א אסיפה מיט א רייע עסקנים און כלל טוער, אינאיינעם מיט זיבן גרויסע ביזנעסלייט אינעם עולם המסחר, די אסיפה איז פארגעקומען אין ספעציעל באשטימטע ארט אין קרית יואל, וואו דער רבי איז געזעסן פאר צוויי שעה און דורכגעטון בכובד ראש די גאנצע ענין, וועלנדיג הערן ערשטהאנטיג פון ביידע צדדים, סיי פון אזעלכע בעלי בתים וואס זענען אנגעוויזן אויף טעכנעלאגיע, און סיי פון די עסקנים וואס שטייען על המשמר, א שטייגער ווי די עסקנים פון הבדלה, וואס זענען באקאנט מיט זייער מלחמת אש קודש קעגן די נסיונות הטעכנעלאגיע.

bottom of page