top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבארינב וועט צום ערשטן מאל פראווען ראש השנה בקרב קהילתו הקדושה אין מאנסי

מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


מטעם קהל תפלה למשה בארניב אין שטאט מאנסי, איז געמאלדן געווארן די פריידיגע בשורה אז צום ערשטן מאל וועט כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א פראווענען היי יאר דעם יום טוב ראש השנה הבא עלינו לטובה, בקרב בני קהילתו הקדושה אינאיינעם מיט חסידיו ומעריציו אין שטאט מאנסי.


ווי באקאנט האט כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א משמש געווען אלס בעל תוקע פאר די לעצטע פערציג יאר נאכאנאנד, בצל הקודש פון חותנו הגדול כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, אין גרויסן ראחמיסטריווקא בית המדרש אין בארא פארק. סיי ווען דער רבי האט נאך געוואוינט אין סקווירא שטעטל, און אזוי ווייטער די לעצטע פאר יאר, זינט דער רבי האט אוועקגעשטעלט זיין שיינעם הויף אין שטאט מאנסי, איז דער רבי אריינגעפארן יעדעס יאר קיין בארא פארק אויף ראש השנה, און משמש געווען אלס בעל תוקע אין ביהמ"ד הגדול.


שטייענדיג נאך די הסתלקות לשמי מרום פון הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, איז געמאלדן געווארן אז דאס יאר וועט דער בארניבער רבי שליט"א צום ערשטן מאל פראווענען די יום טוב ראש השנה בקרב חסידיו ומעריציו אין מאנסי, און דאווענען פארן עמוד די תפילות ימים הנוראים בהשתפכות הנפש. אין די יעצטיגע טעג איז געעפנט געווארן די הרשמה צו קויפן זיצן, און לויט די גרויסע נאכפראגע וועט מען ווארשיינליך ארויסדינגען א גרעסערע לאקאל וואו אפצורעכטן די געהויבענע תפילות ברוב עם הדרת מלך.

bottom of page