קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט
- sfbechatzros
- 8 בספט׳
- זמן קריאה 7 דקות
עודכן: 7 בספט׳

דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
שלושים יום קודם החג: ראש השנה'דיגע אטמאספערע ביים חתונה די וואך פון אן אייניקל ביים פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א (קרעדיט: יחיאל רייכמאן)
חסידי קרעטשניף סיגעט מערקן אן אן אינטערסאנטע מחזה וואס שפילט זיך אפ ביים פענסטער פונעם קוויטל שטוב בביתו נאווה קודש פון כ״ק אדמו״ר מקרעטשניף סיגעט זצ״ל וואו עס קומען אן יעדן אוונט ווײסע טויבעלעך און רירן זיך נישט אוועק ביז אינדערפרי, וחוזר חלילה.

האדמו"ר מוויען ביים אויפשטייגן אויף א העליקאפטער אין מחנה מתיבתא נחלת יעקב וויען פון וואו דער רבי איז אפגעפלויגן קיין וויליאמסבורג צום חתונה בבית הנגיד החסיד ר' ראובן יואל טובל מגדולי תומכי מוסדות וויען.

שיין בילד פון האדמו"ר מדושינסקיא ביים מיטהאלטן דעם טעגליגן שיעור פונעם שוואגער הגה''צ פנחס מרדכי מייזליש דומ''ץ קהל יראים סיגעיט בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין ניו יארק.

היו מרקדים: המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א אין א ריקוד מיט הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים חתונה די וואך בבית הנגיד ר' הערשי שאנבערגער הי"ו אין לעיקוואד.

הרה''ג ר' יואל לאווי שליט''א תורה שרייבער פון האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) ווערט געזעהן אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.

האדמו"ר מסאטמאר מערקט "קרישקעס" שפאצירנדיג אויף די וויליאמסבורגער גאסן ארומגענומען מיט חסידים.
הרב אריה דרעי פארזיצער פון די ש"ס פארטיי מכובד מיט א ברכה אונטער די חופה פון החתן נכד האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט"א.

קח את מטך: האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורבג ווערט געזעהן אין קראלי ביהמ"ד אין וויליאמסבורג מיטן שרביט ההנהגה, דער זילבערנע שטעקן כמנהג אבותיו.

דער בארימטע משמח אלוקים ואנשים יענקעלע קארנבליט פון ירושלים כאפט א בליק אינעם ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג וואו עס איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע קאנסטרוקציע פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה.
בנים צעדה עלי שור: סקווירא עסקנים און יונגעלייט ווערן געזען אויף די דעכער פון אויטאס מיטצוהאלטן די לוי' פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ קייאמישע ע"ה אין שיכון סקווירא.

לעצטע הכנות אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי ראחמיסטריווקא אין אוקענוויין לעיקוואד זיך גרייטנדיג צום שבת חנוכת הבית דעם שב"ק פ' כי תצא.
האדמו"ר ממעזיבוזש ביים אנצינדן דעם נר תמיד ביים ציון הק' פון התנא רבי מאיר מאיר הנס אין טבריה, איידערן זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה קיין חוץ לארץ.
גאב"ד מאקאווא באזוכט אין די אכסניא פון האדמו"ר מקאפיטשניץ אין מושב קצרין אין צפון ארץ ישראל וואו דער רבי וויילט די טעג אויף מנוחת הנפש.

די שוואגערס האדמור"ים מסערט וויזניץ און קאסוב וויזניץ פארלאזן אינאיינעם ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין ירושלים נאכן מנחם אבל זיין די ברודער האדמור"ים מקרעטשניף סיגעט שליט"א.

קורצליך דערויף האבן זיך די שוואגער'ס האדמור"ים ווידער באגעגענט ביים מנחם אבל זיין האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.

במעמד שלשתן: די ברודער האדמור"ים למשפחת אבוחצירא אין א בעגעגעניש מיט הגאון רבי יצחק דוד גראסמאן רב מגדל העמק ביי א שמחה די וואך.

האדמו"ר מדושינסקיא ווערט געזעהן אין די אכסניא אין לעיקוואד שמועסדיג מיטן ברודער הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א.

המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן מלעלוב ביים משמח זיין דעם חתן בשמחת בית מעליץ אין אשדוד.

האדמו"ר מסאטמאר באזוכט ביי די עבודת הבני' אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר וויליאמסבורג אין א שמועס מיטן ענערגישן עסקן ר' יואל בראווער הי"ו דער בריח התיכון פונעם איבערבוי פראיעקט.

כמידי שנה בשנה איז האדמו"ר מלעלוב פון בארא פארק אויך היי יאהר אנגעקומען קיין ירושלים, וואו דער רבי פראוועט די נעכט פון חודש אלול ביים כותל המערבי כהכנה דרבה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.
הרה"צ רבי דוד אלתר בן זקונים פון האדמו"ר מגור איז זיך משתתף - בשליחות הקודש - ביים שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביים ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א.

האדמו"ר מוויזניץ שפאצירט צווישן די אלפן בערג אין שווייץ אינאיינעם מיטן משב"ק הרב נטע יצחק שארף הי"ו.

האדמו"ר מקארלין סטאלין באגריסט דעם רעליגיעזער זיכערהייט מיניסטער בן גביר ביי א שמחה די וואך.

האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן ערשיינט בבית מדרשו הגדול אין לאנדאן, נאכן זיך אהיימקערן פון ניו יארק וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע פיר חדשים לצרכי רפואה.
הרב חיים מאיר רוקח נכד האדמו"ר מבעלזא ביים מקבל זיין ברכת קדשו פון זיין עלטער שווער האדמו"ר ממעליץ ביי א משפחה שמחה די וואך.

די ברודער האדמור"ים מבאטאשאן ביים אינאיינעם מנחם אבל זיין בחצה"ק קרעטשניף סיגעט.

האדמו"ר מסאטמאר איז מנחם אבל ביי משפחת המנוח הרה"ח ר' שלום יודא קליין ע"ה אין וויליאמסבורג, צווישן די אבלים איז דעם רבינס מקורב הרה"ח ר' משה וואלף קליין הי"ו.
האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים אין א ריקוד מיטן פעטער הרה"ג ר' יעקב פעלדמאן שליט"א ביי די חתונה די וואך פון אן אייניקל אין בארא פארק.

הרבני הנכבד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א וואו ער האט איבערגעגעבן א גריס איבער די זיצונג דורך די גדולי התורה אין אמעריקא מיטן מדינת ישראל אמבאסאדאר צו שתדלן לטובת די גזירת הגיוס אין ארה"ק.

הרב שלום רוקח נכדו הגדול פון האדמו"ר מבעלזא ביים זאגן סליחות לויט דעם מנהג פון בני עדות המזרח אין בית המדרש "הליכות משה" אין בני ברק כמנהגו פונעם זיידן דער בעלזער רב צו גיין אין איינע פון די ימי חודש אלול זאגן סליחות צווישן אחינו הספרדים.

די גאלאפירנדע בוי ארבעט ביים מרכז העולמי ביהמ"ד הגדול "מרכז חסידי וויזניץ" אין בני ברק שפאט פאראויס מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, ווען מען גרייט זיך שוין צו גיסן דעם דאך פארן ערשטן שטאק אינעם בנין.

דער גראמער הרה"ח ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו מחשובי חסידי קרעטשניף ירושלים זוהן פון הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש ע"ה משב"ק אדמור"י קרעטשניף ביים מנחם אבל זיין די ברודער האדמור"ים והרבנים מקרעטשניף סיגעט.

הרבני הנכבד ר' שלמה ווערדיגער הי"ו יושב ראש אגודת ישראל ד'אמעריקא באזוכט ביים ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א במעונו אין ירושלים לכבוד די בר מצוה פון אן אייניקל.

הגאון רבי ראובן אלבז ראש ישיבת אור החיים וחבר מועצת חכמי התורה פון די ספרדישע קרייזן, א שכן טוב פון האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים אויפשטעלן דעם רבי'ן פון די שבעה די וואך.

ביים אנגרייטן די חלקה פון הרבנית הצדיקת מוויזניץ קייאמישע ע"ה אינעם אהל פון די וויזניצער רעבעצען ע"ה מחברתו הטהורה פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.

האדמו"ר מזוועהיל באזוכט ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל אויף א קורצע באזוך.

מחול לצדיקים ביים מעמד סיום הוצאת הרמב"ם המבואר דורך ממלכת התורה "עוז והדר" פארגעקומען במעונו פונעם פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א, בהשתתפות האדמו"ר מרחמסטריווקא, הגאון רבי אברהם סאלים מגדולי חכמי ספרד און נאך.
האדמו"ר מתולדות אהרן ווערט געזעהן אויף די גאסן פון רמה ד' בית שמש וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די וואך אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר לקראת די ימי הרחמים והרצון.
אין די לעצטע רגעים פון די זומער סעזאן מערקט "קרישקעס" הרה"צ רבי חיים מאיר האגער בן האדמו"ר מוויזניץ אויף א שפאציר אין די קאנטרי מיט מקורבו העסקן הרב חיים מאיר מארקאוויטש הי"ו.

הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אבד"ק סאטמאר מאנסי שרייבט א קוויטל ביים גבאי'ן הרב שמואל פריעדמאן איידערן אריינגיין בקודש פנימה צו האדמו"ר מסאטמאר בעת די זמני כניסה די וואך אין מאנסי.

הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי איידעם פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט איז מנחם אבל ביים פעטער האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.

האדמו"ר מקאסוב ביים מיטהאלטן דעם מנין סליחות ביים כותל המערבי דורך אחינו הספרדים, כמנהגם צו זאגן סליחות אנגעהויבן פון ראש חודש אלול.

האדמו"ר מסאסוב ליינט א קוויטל מיט די נעמען פון די פארכאפטע משכונות אין עזה, ביי א חופה די וואך לבן אחד מחסידיו.

האדמו"ר מחוג חתם סופר באזוכט אינעם נייעם שכונת מתחם הסופרים אין בני ברק אין באגלייטונג פונעם מרא דאתרא הגאון רבי יחזקאל דערבארמדיגער שליט"א.

האדמו"ר מביטשקוב ערהאלט א נייעם זילבערנעם שטעקן במתנה פון איינע פון די חסידים בעת זיין באזוך די וואך אין ניו יארק.

האדמו"ר מספינקא אנטווערפען ביי הבדלה דעם מוצאי שבת בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד רבי משה יונה וויינגארטן הי"ו אין לעיקוואד.

התרגשות'דידע מחול לצדיקים ביי חתונה די וואך בחצרות קאסוב וויזניץ - סאסוב דורך די זיידע'ס האדמור"ים מקאסוב וויזניץ און סאסוב.

שיין בילד פון א צאנזער יונגערמאן מיט זיינע זעקס זוהן בליעה"ר בקודש פנימה ביי האדמו"ר מצאנז לקראת די הייליגע טעג.

די לעמאנעיד סוקפערמארקעט אין ליבערטי איז מקדם בברכה די ערשטע איינוואוינער פון די נייע סקווירא שטעטל אין בעטעל ניו יארק.

המקובל הגה"צ רבי יעקב עדס שליט"א רייסט איין פארן גאולה העתידה ביים אפרעכטן תיקון חצות ביים כותל המערבי.
הרב יחיאל יהושע האגער בן האדמו"ר מסערט וויזניץ מערקט "קרישקעס" אין א פריינטליכע שמועס מיטן פעטער האדמו"ר מקאסוב וויזניץ ביים חתונה פון אן אייניקל די וואך.

די ליכט ביים ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מזוועהיל זצ"ל בעל משנת שלמה לכבוד די יארצייט, מיטן רבינס בילד נתנדב געווארן דורך איינע פון די חסידים.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין א דביקות'דיגע מאמענט בשעתן טאנצן מצוה טאנץ ביי די חתונה פאריגע וואך פון אן אייניקל אין שטאט בני ברק.

האדמו"ר מביטשקוב אויפן פליגער קיין ניו יארק איז מתפלל להצלחת הנסיעה לטובת די נייע ביטשקובער ביהמ"ד אין בני ברק.

הגאון רבי שלום בער סורוצקין ראש ישיבת עטרת שלמה ביים דרשת פתיחת הזמן אין היכל ישיבת עטרת שלמה אין ראשון לציון, מערקט אינעם הינטערגרונט דער אויג-פארכאפנדע ארון הקודש וואס איז באנייעט געווארן צום יעצטיגן אלול זמן.

המשפיע הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א איז מנחם אבל האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין על פטירת אחותו הרבנית מוויזניץ קייאמישע ע"ה.

דער בעל מנגן ר' אביש בראדט הי"ו איז מהנה מגרונו ביים שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל אין לעיקוואד. ווערט געזעהן האדמו"ר מתולדות יהודה און הגה"צ אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס שליט"א.
האדמו"ר מבעלזא ערשיינט אין קרית בעלזא היינטיגן דאנערשטאג פארמיטאג, נאכן זיין שפיטאליזירט די לעצטע וואך נאכן אפעראציע.
האדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא אין פייערדיגן ריקוד מיט בנו המשפיע הרה"צ ר' משה יעקב הורוויץ שליט"א ביי די חתונה די וואך פון בתו הכלה.
דער טיר בביתו נאווה קודש פון האדמו"ר מוויזניץ לאנדאן, שיין דעקארירט דורך די אייניקלעך פונעם רבי'ן וועלכע האט זיך נעכטן אהיימגעקערט נאכן פארוויילן גאנצע פיר חדשים אין ניו יארק לצרכי רפואה.

הגה"צ רבי ירוחם פישל ראבינאוויטש שליט"א ראש ישיבת יודעי בינה מונקאטש טרעט אויף מיטן דרשת פתיחת הזמן פאר תלמידי ישיבתו.

דער בעל מנגן ר' פנחס ביכלער הי"ו אנפירער פון די "מלכות" קאפעליע אויף א באזוך הגה"צ ראש ישיבת שומרי אמונים שליט"א.

האדמו"ר מביאלא באזוכט אין די נייע "בלב אחד" קאמפלעקס אין ביתר, געאייגענט פאר קינדער מיט ספעציעלע געברויכן.

האדמו"ר מסאדיגורא ירושלים ביים אויפנעמען דעם ציבור לקראת די הייליגע טעג בעת דעם רבינס קורצן באזוך די וואך אין ניו יארק.

הרב אברהם פריעד הי"ו משב"ק האדמו"ר מפינסק קארלין מערקט "קרישקעס" ביי די חתונה די וואך במעונו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.

הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א ביים מספיד זיין לפני מיטתו פון הרה"ח ר' שלום יודא קליין הי"ו פארנט פון בית המדרש הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג.

דער וויזניצער מוזיקאנט ר' אלעזר אלימלך האס הי"ו ווערט באמערקט אריינכאפן זיין טעגליכער שיעור ביים באזוך פון האדמו"ר מסאטמאר פארגאנגענעם וואך אין מחנה סאטמאר בארא פארק.

הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א דאווענט תפילת מנחה אין די נארוואס געעפענטע נייע שטיבלעך אין סאטמארער ביהמ"ד - שכונת ליע גארדענס.

מיט גרויס פרייד און התרגשות האבן העכער טויזנט תשב"ר די וואך זוכה געווען טיילווייז צו באנייען דעם מאיעסטעטישער בנין הת"ת עטרת יואל החדש דחסידי סאטמאר אין וויליאמסבורג, וואו די ארבעט איז אנגעגאנגען במשך דעם גאנצן יאר מיט אן אויסטערלישן אימפעט.







תגובות