top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסיבת לחיים במעונו פון הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער לרגל הוצאה לאור פון ספרו החדש 'עיניך הלא לאמונה'

מיטוואך פ' נשא - י"א סיון תשפ"ג | קול בחצרות

קרדיט: א. פ. ק.


מיט גרויס התרגשות איז היינט אין די פארמיטאג שעהן, אָפּגעראָכטן געווארן במעון הקודש פון הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א, דער "מסיבת לחיים" לרגל דער ערשיינונג פונעם נייעם ספר ''עיניך הלא לאמונה'' וואס הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט''א האט מחבר געוועהן בעניני אמונה אין ביטחון אין איז יעצט ארויסגעגעבן געווארן דורך איש אמונו דער לאנג יעריגער כותב הספרים הרב בצלאל פרידמאן, באותו מעמד האט מען אויך געטריקנען לחיים לרגל די הוצאה לאור פון א נייע לומדישע ספר וואס הרב בצלאל פרידמאן האט מחבר געוועהן אויף מס' ביצה. ביים מעמד האט זיך אויך משתתף געוועהן הנגיד החסיד ר' אלתר שמואל סטעפאנסקי מנאמני ביתו ביי הרה''צ רבי יעקב מאיר וועלכע האט בנדבת ליבו גענימען אויף זיך די הוצאות איבערצודריקן די ספרים.


רבי יעקב מאיר איז שטארק נתרגש געווארן ביים ערהאלטן דעם נייעם ספר אין א לענגערע צייט מעיין געווען דערין און אַרויסגעברענגט רגשי לבבו פון די שיינע אַרבעט, דער רב האט ווארעם אנגעווינטשן דער כותב הרב בצלאל פרידמאן אין דער פטרון הספר הנגיד ר' אלתר שמואל סטעפאנסקי אין אלע משתתפים, דערנאך האט דער רב ארומגערעט איבער די יארצייט פון רבו הרה''ק רבי יודא'לע מדזיקוב זי''ע וואס געפאלט אויס היינט אין דערציילט שיינע עובדות אין זכרונות, צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד שהחיינו וקיימו והגיעונו לזמן הזה.











bottom of page