top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מערלוי וועט אונטערנעמען נסיעה צום עיר האבות ערלוי אין פראווען שבת מיט נגידים אין קערעסטיר

מונטאג פ' מטות מסעי - כ"א תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


אין די יעצטיגע טעג גרייט זיך כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אונטערצונעמען א היסטארישע נסיעה צום עיר האבות ערלוי אין אונגארן, אין באגלייטונג פון א קבוצה נכבדה פון נגידי ותומכי המוסדות, אלס אות הוקרה והערכה פאר די רעכטע האנט צוצוהעלפן די מוסדות הקדושים בכל עת ועידן.


דער רבי וועט זיך ארויסלאזן דעם מיטוואך אין באגלייטונג פון די קרוב צו הונדערט נגידי ותומכי המוסדות קיין בודאפעסט אונגארן, דאנערשטאג אינדערפרי וועט מען אנקומען צום שטאט ערלוי אויף א היסטארישע באזוך, וואו עס איז ערווארטעט א גאר געהויבענע טאג וואו מ'וועט מיטהאלטן ברגש אש קודש די אריבערגאנג פון די היסטארישע שוהל אין שטאט ערלוי מחול אל הקודש. ווי באקאנט איז די היסטארישע שוהל פון הרה"ק בעל התעוררות תשובה מערלוי זי"ע פארשוועכט געווארן נאכן קריג, און נאך לענגערע שתדלנות, און א דירעקטע באזוך פון די אונגארישע באאמטע במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א, ווי באריכטעט דא אויף קול בחצרות מיט עטליכע חדשים צוריק, איז געלונגען צוריקצובאקומען די בעלות אויף דעם היסטארישן שוהל, און אצינד וועט מען צום ערשטן מאל האבן די זכיה אריינצוגיין אין דעם מקום קדוש, און עס איבערפרישן כראוי וכיאות לכבוד בית השם.


דורכאויס די טאג וועט מען פוקד זיין די קברי אבות אין שטאט ערלוי, און שפעטער פארנאכטס וועט מען ממשיך זיין די נסיעה צום שטאט מאד אין אונגארן, וואו עס וועט פארקומען א עלעגאנטע מסיבת הוקרה און א רייכע ועידה לכבוד די תומכים נכבדים, באגלייט מיט א רייכע פראגראם מיט דרשות און ניגוני קודש אין שפיץ פונעם ערלויער רבי'ן שליט"א.


פרייטאג ערב שב"ק וועט מען אנקומען צום שטאט אוהעל, און פוקד זיין דעם ציון הק' פון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע, שטייענדיג אין די דריי טעג איידער די הילולא קדישא כ"ח תמוז, פון דארט וועט מען ממשיך זיין די נסיעה קיין קערעסטיר, וואו עס וועט געפראוועט ווערן א זעלטן געהויבענע שבת בצילא דמהימנותא, ווען כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וועט מעריך זיין די תפילות און טישן אינאיינעם מיט די חשובע נגידים ותומכים, בביתו נאוה קודש פונעם הייליגן צדיק רבי ישעי'לע פון קערעסטיר זכותו יגן עלינו.


נאך שבת וועט מען זיך ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ ישראל, אנגעשעפט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.

Comments


bottom of page