ברוך דיין האמת: הרבנית מנעשכיז ע"ה טאכטער פון הרה"ק משומרי אמונים זצ"ל נפטר געווארן נאך שווערע קרענק
- Bechatzros admin
- לפני יומיים
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני יומיים
פרייטאג פ' ואתחנן • י"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט גרויס צער און טרויער קומט יעצט אן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מנעשכיז עליה השלום, אלמנת פון כ"ק אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל חוקי חיים משומרי אמונים זצוק"ל, וועלכער איז יעצט נפטר געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאר.
די רעבעצין הרבנית רייזל שטערן ע"ה איז געבוירן אלול תשי"ב אלס דער פינפטע קינד פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים זצ"ל, און צו איר מוטער הרבנית ע"ה וואס איז געוועהן א טאכטער פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל "יקרא דמלכא" מזוועהיל זצ"ל. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן כ"ק אדמו"ר מנעשכיז זצ"ל, א זון פון הגה"צ רבי מאיר שטערן זצ"ל גאב"ד מירון, וועלכער האט אנגעפירט זיין שיינעם הויף אין אשדוד, און איז ליידער אויך פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן אין יאהר תשע"ג נאך א שווערע קרענק.
אלע יאהרן זי איז געשטאנען לימין קדשו פון איר מאן דער רבי ז"ל מייסד צו זיין די קהילה הקדושה און דעם שיינעם הויף לשם ולתפארת, אזוי אויך איז זי אלע יארן צוגעשטאנען מיט גרויס געטריישאפט צו איר גרויסן טאטן הרה"ק משומרי אמונים זי"ע, ליידער איז זי נישט געווען געזונט אין די לעצטע פאר יאר, און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט איר מצב הבריאות.
היינט פארמיטאג האט זיך דער מצב שטארק פארערגערט, הצלה איז אלארמירט געווארן און סטאבליזירט די מצב, אבער עטליכע שעה דערויף האט זי אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה, לדאבון לב משפחתה היקרה.
די רעבעצען ע"ה לאזט איבער נאך זיך חשובע קינדער אינצווישן זיי די זוהן כ"ק אדמו"ר מנעשכיז שליט"א, הרב אהרן שטערן שליט"א פון אנטווערפען איידעם ביי האדמו"ר מדעעש אנטווערפען, הרב צבי הירש שטערן פון בית שמש איידעם פון הגה"צ רבי מרדכי דוד כהנא אדמו"ר מספינקא בית שמש, הרב משה גדליה שטערן איידעם פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א און חשובע איידימער חתנין רבנן. איר ברודער האדמו"רים משומרי אמונים פון אשדוד ירושלים, און קרית גת, און די שוועסטערס הרבנית מדעעש שתחי', הרבנית מראדאשיץ, און הרבנית מסאמבור.
די לוויה גייט ארויס היינט ערב שבת קודש בשעה 4:30 נאכמיטאג פון ביהמ"ד נעשכיז אין די רובע ז' געגענט אין אשדוד צום חלקת החסידים אויפן בית החיים אין שטאט.
תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.