top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזשניץ קייאמישע דרוקט אויס הכרת הטוב פאר סטעיט סענעטאר סקופיס ביי בכבוד'יגע אויפנאמע בביתו נאווה קודש

מאנטאג פ' שמות • כ' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש


א שיינע בכבוד'יגע אויפנאמע איז פארגעקומען פאריגן דאנערשטאג פארמיטאג בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ קייאמישע שליט"א, לכבודו פון דער סטעיט סענעטאר סקופיס און זיינע געהילפן, אויסצודרוקן הכרת הטוב נאך די פאזיטיווע אנטוויקלונג לטובת די גרינדונג פון די נייע עטרת ווילעדזש אין קרית וויזשניץ קייאמישע לעיק.


ווי ברייט באריכטעט איז פארלאפענעם פרייטאג אונטערגעשריבן געווארן א געזעץ דורך דער ניו יארק גאווערנער האוקעל, צו פארשווערן דאס פארמירן נייע ווילעדזשעס אין ניו יארק, א שריט וואס איז שטארק ווייטאגליך פאר פילע אידישע געמיינדעס, ווען עס קומט צו גרינדן נייע ישובים, ווען דאס מאכן א ווילעדזש טוט גאר שטארק ארויסהעלפן די גאנצע פראצעדור.


נאך לענגערע שתדלנות דורך לאנגיעריגע עסקנים, און מיטן הילף פון געהילפן פון די ניו יארק סטעיט גאווערנער, איז צוגעלייגט געווארן א שורה אין די געזעץ, וואס טוט אוישליסן די נייע עטרת ווילעדזש אין גיבערס, וואס האלט שוין טיף אינמיטן די אפיציעלע פראצעס צו פארווירקליכט ווערן, און אצינד איז פארגעקומען א בכבוד'יגע אויפנאמע במעון הקודש פונעם וויזשניצער רבי'ן שליט"א אין קרית וויזשניץ קייאמישע, אויסצודרוקן הכרת הטוב פארן סענעטאר סקופיס פאר זיין הילף לטובת די ווילעדזש.


ביי די אויפנאמע האבן זיך אנגעזעהן מערערע עסקנים און לעגענדארער כלל טוער, צווישן זיי העסקן הנמרץ ר' אלי' פינקאסאוויטש מעיאר פון כתר ווילעדזש אין שיכון וויזשניץ מאנסי, העסקן הנמרץ ר' ליפא זיכערמאן, הנגיד החסיד ר' יודא יואל ראזענפעלד, און די חברי הנהלה פון מוסדות וויזשניץ קייאמישע.


דער וויזשניצער רבי האט זיך הארציג באדאנקט פארן סענעטאר פאר זיין הילף, און דערביי דערמאנט די אנדערע חרדישע קהילות וואס ווילן גרינדן נייע ווילעדזשעס, און די נייע געזעץ מאכט עס גאר שווער, דער רבי האט פערזענליך געבעטן דעם סענעטאר צו זעהן וואס ער קען טון ארויסצוהעלפן אויך די אנדערע ישובים, בפרט די נייע סקווירא שטעטל וואס ווערט געבויעט אין די קעטסקיל בערג, תחת דגלו והדרכתו פונעם פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

bottom of page