top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ וועט אפפליען קיין ניו יארק לרגל די חתונה הגדולה בחצר הקודש סקווירא - זוועהיל

מיטוואך פ' ואתחנן - ח' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: יהושע פרוכטר


די קומענדיגער וואך פ' עקב וועט כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אנקומען אויף א בליץ באזוך אין ניו יארק צו באשיינען די גרויסער רעבישע חתונה בבית סקווירא - זוועהיל אין קרעטשניף וואס קומט פאר דעם קומענדיגן מיטוואך חמישה עשר באב אין שיכון סקווירא.


וויזניצער חסידים צייכענען צו א אינטערסאנטע סיפור, וואס די רבי האט דערציילט מיט עטליכע חדשים צוריק אז זיין גרויסן טאטן הרה"ק בעל ישועות משה זי"ע האט זיך באוויזן צו אים אין חלום, און ארויסגעברענגט רצון קדשו אז דער רבי זאל פארן קיין אמעריקע באשיינען די שמחת החתונה בחצר הקודש סקווירא און זוועהיל.


געווען איז עס ווען דער רבי האט אנגעהויבן מאכן פלענער ארויסצופארן קיין אמעריקע צו מיטהאלטן די מעמד הקמת המציבה על קברו פון הרב החסיד ר' בנימין זאב ציג ע"ה פון די גאר נאנטע חסידים און מקורבים, עס זענען געווען פארשידענע פלענער אויפן טיש ווען צו מאכן דעם הקמת המציבה, ווען עס וועט אויסקומען די גרינגסטע פארן רבי'ן ארויסצופארן קיין אמעריקע.


איין טאג בעפאר שחרית איז דער ויזניצער רבי ארויסגעקומען און געמאלדן פאר די משמשים בקודש, אז ער ווייסט שוין פונקטליך ווען מען גייט מאכן די הקמת המציבה. דער ויזניצער רבי האט דערציילט אז זיין הייליגער פאטער דער ישועות משה האט זיך באוויזן צו אים און געזאגט, אז דו פארסט דאך במילא צו די חתונה אין סקווירא, די יונגסטע קינד פונעם זוועהילער רבי, זאלסטו זעהן אויך צו זיין ביים מעמד הקמת המציבה על קברו פון הרב החסיד ר' בנימין זאב ציג ע"ה פון מיינע געטרייע חסידים אין אמעריקע, וואס ליגט באערדיגט טאקע דארט אין שיכון סקווירא.


הערנדיג די דאזיגע ווערטער האט דער ויזניצער רבי גלייך געמאלדן אז ער פארט קיין אמעריקע צו באשיינען די שמחת החתונה, און א טאג דערויף וועט פארקומען די מעמד הקמת המציבה על קברו פון הרב החסיד ר' בנימין זאב ציג,ז''ל. שפעטער ווען מ'האט אויסגעשטעלט די סדר הנסיעה, האט זיך אויסגעשטעלט אז יענעם שבת, ווערט אפגעצייכנט עלף חדשים זינט די פטירה פון ר' בנימין זאב, און די הקמת המציבה וועט פארקומען ממש ככלות י"א חודש לפטירתו.


די רבי וועט זיך ארויסלאזן דינסטאג אינדערפרי פונעם לופטפעלד אין ציריך שווייץ. אין לויף פונעם באזוך וועט זיך די רבי אויפהאלטן אין מאנסי, דאנערשטאג פארמיטאג וועט פארקומען די מעמד הקמת המציבה אין אויפדערנאכט וועט זיך די רבי צוריק קערן צום מקום הנופש אין מאלויא שווייץ.

Komentarai


bottom of page