top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יישוב עלומים אין דרום ארץ ישראל וואונדערליך געראטעוועט פון טעראר אטאקע בזכות שמירת שבת

מיטוואך פ' בראשית • כ"ו תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


חסידי טשארנאביל צייכענען צו א מורא'דיגע מעשה, וואס ווערט באקאנט אין די יעצטיגע טעג, נאכפאלגענדיג די שרעקליכע רציחות פון די אראבישע טעראריסטן אין די דערפער נעבן די עזה גרעניץ.


די מעשה האט זיך אנגעהויבן עטליכע יאר צוריק ווען כ"ק אדמו"ר מטשארנאביל (אשדוד) שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין די עלומים ישוב נישט ווייט פון די עזה גרעניץ, זייענדיג דארט אין די געגנט אויף אפרוה. דער רבי האט זיך דאן נאכגעפרעגט ביי די ארטיגע איינוואוינער בשלומה של עיר מושבם, און זיך אינטערסירט וויאזוי עס גייט צו דאס לעבן דארט אין שטאט.


אויף די פראגע צו די איינוואוינער זענען שומרי שבת, האבן זיי געענטפערט פארן רבי'ן אז רובא דרובא איינוואוינער אין די געגנט היטן שבת כדת וכדין. אבער דער רבי האט זיך נישט באגנוגט דערמיט, נאר געזאגט אז צו הייסן א ישוב פון שומרי שבת, דארף מען אפשפארן די הויפט אריינגאנג צום ישוב, אז א קאר זאל דא נישט קענען אריינפארן אין שבת, און נאר אזוי קען עס גערופן ווערן א ישוב פון שומרי שבת.


די איינוואוינער האבן טאקע אזוי געטון און זינט דאן פארשלאסן די אריינגאנג יעדן שבת. ווי וואונדערליך עס הערט זיך איז דעם שבת שמחת תורה פארטאגס ווען די אראבער האבן אריינגעשטורעמט קיין ארץ ישראל, האבן א גרופע טעראריסטן פרובירט זיך אריינצובאקומען אין דעם ישוב עלומים, אבער זיך אנשטויסענדיג אין שטאלענע בלאקאדעס זענען זיי געגאנגען צום קומענדיגן ישוב, וואו זיי האבן ליידער בארבאריש אומגעברענגט הונדערטער איינוואוינער אויף א גרויזאמע פארנעם, השם ינקום דמם.


עס שרייט זיך ארויס די געוואלדיגע קידוש שם שמים ווען אין די טעג ווערט פארשפרייט די בילדער וואו די טעראריסטן שטיין ביים אריינגאנג צום יישוב מיט זייערע קאר'ס אין מאטאר ביציקלעך אין פארלאזן דעם ארט א קורצע צייט דערויף, וואו מען זעהט בחוש וואו אין דעם זכות פון היטן שבת כהלכתה איז די גאנצע ישוב געראטעוועט געווארן ממות לחיים.



bottom of page