top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער אידן מיטגעלעבט יומא אריכתא ביים שבת המתאחדת בצילו פון המשפיע הגה''צ רבי צבי מאיר זילבערבערג

מונטאג פ' שלח - כ"ג סיון תשפ"ג | בחצרות הקודש


א געשאצטע קרוב צו צוויי טויזענט אידן האבן זיך דעם שבת דערווארעמט בקדושת השבת לאורו הגדול פונעם אורח הכבוד המשפיע הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב וואס האט געפראוועט א געהויבענע שבת המתאחדת, שבת התחזקות אינאיינעם מיט חסידיו, מעריציו, שומעי לקחו אין מבקשי השם.


די הכנות צום גרויסן שבת איז שוין אנגעגאנגען פאר לענגערע חדשים, ווען הונדערטער אידן האבן זיך איינגעשריבן זיך צו פארזיכערן מיט א פלאץ ביים היסטארישן שבת התאחדות, וואס איז געפראוועט געווארן אין די סאטמארע מיידל קעמפ קאמפלעקס, מחנה בית רחל אין סאוט פאולסבורג.


פרייטאג נאכמיטאג האבן צענדליגע באסעס זיך געשלענגלט דעם לאנגן וועג פון אלע חרדישע געגנטער, און די וועד האש"ל האט צוגעשטעלט צו שלאפן פאר העכער צוועלף הונדערט מענטשן בלי עין הרע, אין צוגאב צו נאך הונדערטער מענטשן וואס זענען געקומען גיין פון די ארומיגע קאנטריס און ישובים, און פון די ווייטערע שטעט צו מיטהאלטן די געהויבענע שלש סעודות רעוא דרעוין.


זעקס דרייסיג נאכמיטאג איז די היכל בית המדרש שוין געווען איבערגעפולט מיט לומדים, ווען הונדערטער אידן האבן געלערנט אינאיינעם ביים סדר הלימוד ביז די זמן מנחה פון ערב שבת, די קול התורה האט געדונערט און אפגעקלינגען זייער ווייט, ארום אכט דרייסיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען מנחה, און נאך מנחה האט הגה"צ ר' צבי מאיר אויפגעטרעטן מיט א דרשה פתיחת השבת, וואו ער האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חיזוק וואס מ'קען מעורר זיין דעם שבת, און מ'קען זיך נעמען אין די הענט אריין צו זיך מקדש זיין בקדושה של מעלה.


דערנאך האט מען געדאווענט א פייערדיגע קבלת שבת ברוב עם הדרת מלך, עס איז שוין געווען קרוב צו חצות הלילה ווען מ'האט פארענדיגט דאס דאווענען, און דער גאנצער עולם האט געזינגען שלום עליכם אינאיינעם. דערנאך האט ר' צבי מאיר קידוש געמאכט ברוב עם, און דער ציבור איז זיך צוגאנגען מקיים זיין די מצוה פון סעודת שבת קודש.


נאכן סעודה איז מען זיך ווידער צוזאמגעקומען אויף א באטע, וואו ר' צבי מאיר האט אויפגעטרעטן מיט דברי תורה און דברי התעוררות והדרכה, און געזינגען ווארעמע ניגונים לכבוד שבת. זייענדיג אין א העכערע אטמאספערע, האט זיך דערקענט די דערהויבענקייט ביים ציבור, ווען זעקס דרייסיג פארטאגס, א קורצע צייט נאכן פארענדיגן די באטע, איז די בית המדרש שוין ווידער פול געווארן מיט לומדים, און די סדר הלימוד איז פארגעקומען מיט א מורא'דיגע קול תורה ביזן דאווענען ארום ניין אזייגער אינדערפרי.


דאס דאווענען שבת אינדערפרי האט זיך פארצויגן ביז ארום צוויי אזייגער, ווען ר' צבי מאיר האט קידוש געמאכט, און דער גאנצער ציבור האט געהאט די זכיה אריבערצוגיין וואונטשן א גוט שבת אויף א פערזענליכע פארנעם.


שבת נאכמיטאג האט ר' צבי מאיר אויפגעטרעטן מיט א ספעציעלע שמועס פאר די בחורים, און געהייסן די בחורים זיך גיין אראפלייגן אביסל צו שעפן פרישע כוחות איידער די געהויבענע שלש סעודות, וואס איז ווי באקאנט גאר א הויכע זמן במשנתו פון ר' צבי מאיר.


דערנאך האט מען געדאווענט מנחה, און זיך געוואשן צו שלש סעודות ממש פארן זמן, שלש סעודות איז באגלייט געווארן מיט א געוואלדיגע התעוררות וואס האט אריינגעדרינגען טיף אין די הערצער, עס איז געווען שטאק טונקל ווען מ'האט געזינגען פאר לענגערע מינוטן ווארעמע ניגוני התעוררות און חשבון הנפש, און דאן האט ר' צבי מאיר אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע שלש סעודות תורה וואס האט זיך פארצויגן גאר לאנג, ארומרעדנדיג איבער די וויכטיגקייט פון זיך אונטערנעמען קבלות טובות, בפרט בעניני טעכנעלאגיע. מוצאי שבת האבן זיך אנגעזעהן פרישע הונדערטער אידן וועלכע זענען ארויסגעפארן נאכן זמן מיטצוהאלטן טייל פון שלש סעודות בצילו פונעם אורח הדגול.


עס איז שוין געווען צוויי אזייגער פארטאגס ווען מ'האט געבענטשט פון שלש סעודות און געדאווענט מעריב, און דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען און וואונטשן א גוטע וואך.















bottom of page