מיטוואך פ' דברים - א' אב תשפ"ג | קול בחצרות
אין די טעג איז פון דאסניי איבערגעבויט און רענאווירט געווארן די היסטארישע אור אלטע שול אין די שטאט זענטא אין יוגאסלאוויע, וואס האט געדינט אלס דער "בית הכנסת" אין שטאט זענטא און איז גערופן געווארן "די קליינע שול". די דאזיגע שול האט געדינט אלס די צענטראלע שטאטישע שול אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלט קריג, און אינעם דאזיגן שול האט הרה''ק הברך משה מסאטמאר זי"ע געדאוונט זיינע הייליגע תפילות און האט אין דעם מקום קדוש אויך אויפגעטראטן מיט זיינע דרשות התעוררות און חיזוק פאר זיינע תלמידים און חסידים וועלכע האבן זיך מסתופף געווען בצל תומ"ר.
די סאטמאר רבי דער ברך משה האט משמש געוועהן ברבנות אין שטאט זענטא נאך אלס בחור, אין שפעטער נאך די חתונה. טראצדעם וואס ער איז דאן אלט געווען קארגע צוואנציג יאר ווען ער האט איבערגענימען דעם כתר הרבנות אין אזא עיר ואם בישראל האט ער דארט געפירט דאס רבנות בכח גדול וביד חזקה. ליידער איז דער רבי פארטריבן געווארן פון שטאט זענטא ביים חורבן אייראפע, און נאך די קריג האט ער איבערגענומען דאס רבנות אין שטאט סיגוט במקום אבותיו הקדושים זי"ע. ווי געזאגט, האט מען יעצט איבערגעבויעט און רענאווירט דעם היסטארישן שול אין די שטאט זענטא וואס איז געווען ביז היינט פארלאזט און פארנאכלעסיג. די רעגירונג האט אויסגעצאלט א ספעציעלע פראיעקט פון איבערבויען אור אלטע שולן וואס זענען חרוב געווארן ביי די וועלט קריג, און יעצט איז אויך די דאזיגע שול פארענדיגט געווארן. די לעצטע וואך איז פארגעקומען אויפ'ן ארט א ספעציעלע צערעמאניע צום רענאווירונג. אבער די ווייטאגליכע פונקט איז, אז די געביידע וועט מער נישט דינען אלס שול אדער מקום תפילה נאר אלס אידישע קולטור צענטער.
*
דער בית הכנסת וויאזוי עס האט אויסגעזען ביז איצט בעפארן איבערבויען
Comments