top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד צום עפענונג פון ביהמ"ד המפואר "באר משה" אין מאנסי בנשיאות הגה"צ ר' יהושע לייפער נשיא עוז והדר

מיטוואך פ' ואתחנן - ח' אב תשפ"ג | קול בחצרות


תושבי מאנסי גרייטן זיך מיט שפאנונג צו די עפענונג פון די נייע פראכטפולע בית המדרש "קהל באר משה פרעמישלאן", בנשיאות הגה"צ ר' יהושע לייפער שליט"א אבד"ק פרעמישלאן ונשיא מכון עוז והדר, וועלכער וועט עפענען אירע טויערן דעם קומענדיגן שבת קודש פרשת עקב הבא עלינו לטובה, לשמחת לב די הונדערטער תושבי השכונה און חסידים ומעריצים פונעם רב שליט"א.


די בית המדרש איז באקאנט אלס א כלילת יופי מיט איר פראכטפולע געבוי, ווען די הערליכע טויער פון בית המדרש איז פאכמאניש נאכגעמאכט די אייקאנישע ווילנא גמרא שער בלאט, מיט וואס עוז והדר טוט פיגורן אויף אלע גמרות און מסכתות הש"ס. א שיינע פאר יאר גייט שוין אן פיבערהאפטיגע בוי ארבעט צו פארענדיגן דעם בנין כלול בהדרו, און אצינד גרייט מען זיך אין א מזל'דיגע שעה צום שבת פתיחת הבית המדרש ברוב פאר והדר במעמד קהל רב.


דעם שבת קודש האט מען אין סקווירא שטעטל זיך געזעגענט פונעם רב שליט"א, וועלכער דינט שוין לאנגע יארן אלס דיין און מורה צדק אין די סקווירא קהילה. צוערשט אלס יד ימינו פון זיין גרויסן שווער הגה"צ ר' משה ניישלאס זצ"ל גאב"ד שיכון סקווירא, און דערנאך איז ער אליינס געזעסן אין בית דין שטיבל מדי יום ביומו ארויסצוהעלפן מיט די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה, און נאכאנאנדע בליה און וואוקס פונעם ציבור.


שבת אינדערפרי האט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מכבד געווען דעם רב שליט"א צו דאווענען מוסף פארן עמוד, און זונטאג אויפדערנאכט איז דער רב אריין אל הקודש פנימה צום סקווירא רבי'ן אפנעמען ברכת קדשו לרגל די פתיחת בית המדרש, און זיין אריבערציאונג קיין מאנסי צו שטיין בראש פון די קהילה, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די נייע שוהל און די ארומיגע געגנט, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכות פון בויען א בית מקדש מעט, וואס איז עתיד להשתקע בארץ ישראל, און מאציל געווען מברכת קדשו פארן רב שליט"א און אלע עסקנים וואס העלפן ארויס.
















Commentaires


bottom of page