העכער 65,000 אידן געוויילט אויף ראש השנה אין אומאן | ברייטע דעקונג
מאנטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

קרעדיט: יהודה ווייס
א גאר דערהויבענער יום טוב איז אריבער אויף די רבבות אידן וועלכע האבן געוויילט דעם יום טוב ראש השנה אין אומאן, אוקריינע, נעבן דעם ציון המצוינת פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע. טראץ די אנגייענדע מלחמה אין אוקריינע און די שוועריקייטן אנצוקומען קיין אומאן, האבן א געשאצטע 65,000 אידן זיך נישט צוריקגעהאלטן פון קומען כבשנים קדמוניות.
ערב יום טוב ביי חצות היום האט זיך דער מאסן ציבור פארזאמלט צום אמירת "תיקון הכללי" ברוב עם הדרת מלך, א מעמד וואס איז איינע פון די הויכפונקטן פון דער מאסיווע קיבוץ, יאר יערליך.
דער מעמד תיקון הכללי איז אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג איבער דער גארער וועלט, און האט פאראייניגט טויזנטער אידן פאר דער געהויבענער און אייגנארטיגער תפילה אין דעם גרויסן עת רצון.
טויזנטער אידן האבן געדאוונט אינאיינעם אינעם צענטראלן נאסטאלגישן קלויז. דעם ערשטן טאג האט מען ווי איינגעפירט געדאווענט אויפן צפת'ער נוסח, און דעם צווייטן טאג אויפן ירושלימער נוסח. אין צוגאב איז געווען נאך א צאל גרויסע מנינים בראשות המשפיעים, צווישן זיי דער מנין פון המשפיע הרה"צ רבי ניסן דוד קיוואק שליט"א, דער מנין פון מוסדות "קרן אור", דער מנין פון האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א, דער מנין פון האדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה, דער מנין פון הרה"צ רבי יואל ראטה שליט"א ראש ישיבת תפארת התורה און נאך צענדליגער מנינים.
צווישן די פילע געסט האט ספעציעל ארויסגעשיינט הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט"א ראש ישיבת עטרת שלמה, וואס איז ווי באריכטעט אפגעפלויגן קיין אומאן אויף ראש השנה אין באגלייטונג פון א צאל מקורבים און פילאנטראפן תומכי הישיבה.
די תפילות דורכאויס יום טוב אין אלע מקומות לענגאויס אומאן זענען אפגעראכטן געווארן מיט התרוממות הרוח, מיט התלהבות און השתפכות הנפש, ווען פארן עמוד זענען צוגעטרעטן די חשובי וזקני הקהל.
די "שיינער" און "פעדער" הכנסת אורחים ארגאניזאציעס, וואס זענען געווען ארגאניזירט מיט עטליכע מאנאטן פריער צו ארגאניזירן די סעודות, האבן באדינט די צענדליגער טויזנטער אידן מיט די סעודות יום טוב אין א וואונדערליך ארגאניזירטן סדר.
גאר מרגש איז געווען דער מעמד "אמירת תשליך", ווען דער גרויסער עולם האט מארשירט זינגענדיג מיט געזאנג ביז צום טייך אין אומאן און אזוי אויפן וועג צוריק.
וואלונטירן פון איחוד הצלה האבן אין די טעג פון ערב יום טוב באהאנדלט עטליכע הונדערט פעלער, מערסטנס דערפון לייכטע פעלער וועלכע זענען באהאנדלט געווארן לאקאל. די מער ערנסט פארוואונדעטע זענען אפגעפירט געווארן צו די שפיטעלער אין קיעוו און אין אדעסא.
איין שווערע און טראגישע אינצידענט האט פאסירט די ערשטע טאג יום טוב, ווען א 50 יעריגער איד ר׳ יצחק אלמקייס ע"ה, א טאטע פון זיבן קינדער פון גאלדערס גרין וועלכער האט די לעצטע תקופה געוויילט אין אומאן, איז ליידער אפגעפונען געווארן נישט בין החיים אין א וואלד אין אומאן. די לאקאלע פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג.















































































































תגובות