top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מערלוי פוקד געוועהן ציון הק' אין צאנז וויילנדיג אין פולין אויף דאטשע

  • sfbechatzros
  • לפני 12 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' עקב • כ''ב אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א וואס האלט זיך אויף די יעצטיגער זומער וואכן אין שטעטל זאקאפאנא אין פולין אויף אפרוה, איז דעם מיטוואך נאכמיטאג ארויסגעפארן קיין צאנז וואו דער רבי האט צום ערשטן מאל פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם רבן של ישראל מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע.


נאך א נסיעה פון ארום א שעה און צוואנציג מינוט פון זאקאפאנא האט דער רבי דערגרייכט דעם בנין הכנסת אורחים "בוני צאנז" וואו דער רבי איז אפגעווארט געווארן בהדרת כבוד דורך די ראשי הכנסת אורחים אין שפיץ פון הגה"צ ר' יואל הלברשטאם אבד"ק בית שמואל אין קרית יואל. 


דער רבי האט דארט געדאווענט מנחה און דערנאך עולה געווען צום ציון הק' פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, ווי מען האט מיט גרויס התרגשות געזאגט ספר רביעי אין תהילים וואו דעם רבינס בן יחיד הרה"צ ר' שלום צבי סופר שליט"א האט געדינט אלס שליח ציבור. און דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט די יהי רצון און י"ג מידות של רחמים מיט גרויס התעוררות. זיצנדיג פאר'ן הייליגן ציון האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און מעורר געוועהן זכותו של אותו צדיק הדורות, מגין צו זיין אויף אידישע קינדער בכל מקום שהם און בפרט איבער די שרעקליכע רדיפות הדת אין ארץ ישראל.


נאכן עלייה לציון איז דער רבי געגאנגען אין מקוה פון בוני צאנז און דערנאך געדאווענט מעריב אויפן ארט, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים ביי וועלכע מען האט געשמועסט שיינע ענינים איבער די שטאט צאנז און איבער די גרויסע השפעה פון הרה"ק מצאנז זי"ע אין די גאנצע סביבה.

bottom of page