באבובער חסידים אין ארה"ק גרייטן זיך צום "היסטארישע באבוב'ער כינוס" – ועידת "נכספה נפשי"
- sfbechatzros
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 31 דקות
דאנערשטאג פ' כי תצא • י''א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

הונדערטער באבובער חסידים אין ארה"ק גרייטן זיך מיט הכנה דרבה און מיט התרגשות דקדושה צום גרויסארטיגן "היסטארישן באבוב'ער כינוס אין ארה"ק" ועידת "נכספה נפשי" וואס וועט אפגעהאלטן ווערן די קומענדיגע וואך י"ז אלול הבעל"ט, בשליחותו ובברכת קדשו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
דער מעמד איז געאייגנט מיטן ציל זיך מחזק צו זיין בדרכי הצדיקים הקדושים, די רבי'ס לבית באבוב און צאנז זי"ע און צו מחזק זיין די יסודות וואס זיי האבן אוועקגעשטעלט און ווערט ווייטער געפירט דורך ממשיך דרכם בקודש כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, גלייכצייטיג וועט מען באותו מעמד פארזיכערן די עתיד פון ק"ק ומוסדות באבוב בארה"ק, בפרט די מוסדות אין שטאט בני ברק אוועקצושטעלן א קרן בסיס פאר איר ווייטערדיגע עקזיסטענץ.
לכבוד דעם היסטארישן כינוס האט דער באבובער רב שליט"א באשלאסן ספּעציעל ארויסצושיקן בנו הגדול הגה"צ רבי חיים שלום האלברשטאם שליט"א וועלכער וועט אנקומען בשליחות הקודש און ברענגען דעם דבר ה' ברמה פאר די פילע הונדערטער באבוב'ער חסידים בארה"ק.
דער כינוס וועט פארקומען אין די באלדזשי זאל נישט ווייט פון קרית באבוב אין בת ים, מיט די באטייליגונג פון פילע רבנים שליט"א ובראשם דער געהויבענער גאסט הגה"צ רבי חיים שלום שליט"א בנו חביבו פון רבי'ן שליט"א, וועלכער וועט אויפטרעטן מיט די משא המעמד.




