ברוך דיין האמת: נפטר געווארן הרבנית מייזליש ע"ה אשת אבד"ק ווייצטען וומסב"ג טאכטער פון הרה"ק רד"מ מקרעטשניף זי"ע
- sfbechatzros
- 17 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 17 באוג׳
זונטאג פ' ראה • כ"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרבנית הצדיקת מווייטצען עליה השלום, אשת חבר יבדלחט"א הגה"צ רבי דוד דוב מייזליש שליט"א לרפו"ש אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג וועלכער איז יעצט אינדערפרי נפטר געווארן אין עלטער פון צוויי און זיבעציג יאהר.
די רעבעצין הרבנית שפרה טויבא מייזליש ע"ה איז געבוירן געווארן אין שטאט רחובות אין ארץ ישראל אלס די פינפטע קינד און צווייטע טאכטער פון הרה"ק המפורסם רבי דוד משה מקרעטשניף זי"ע, פון וועם זי איז ליידער פאריתומט געווארן אלס מיידל. בהגיעה לפירקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובער מאן די ווייטצענער רב שליט"א וואס איז א זון פון הגה"צ רבי יוסף משה מייזליש זצ"ל אבד"ק ווייטצען וויליאמסבורג.
אלע יאהרן זי איז געשטאנען לימינו פון איר גרויסן מאן מייסד צו זיין די קהילה הקדושה און אנפירן דעם שיינעם ביהמ"ד לשם ולתפארת, ליידער איז זי נישט געווען געזונטדי לעצטע צקופה, און האט זיך שטארק געמוטשעט מיט איר מצב הבריאות, ביז היינט זינוטג אינדערפרי ווען די האט אויסגעהויכט איר נשמה ליוצרה, לדאבון לב משפחתה היקרה און הונדערטער חסידי בית קרעטשניף ברחבי תבל.
צווישן די געשוויסטער פון די רעבעצין ע"ה ציילן זיך די ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א, און הגה"צ רבי יוסף שלמה ראזענבוים מקרעטשניף מאנסי. די שוועסטער'ס הרבנית מסאסוב, הרבנית מפאלטישאן, הרבנית מדזיקוב מאנסי, און הרבנית משענדישוב.
די רעבעצין ע"ה לאזט איבער א הערליכע דור פון חשובע קינדער און אייניקלעך זרע ברך השם, בנה הגדול הרה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג וויליאמסבורג שליט"א , בנה הרה"ג ר' איתמר מייזליש שליט"א ר"מ במתיבתא קרית יואל איידעם פון הגה"צ רבי נתן דוד ראזנבערגער אב"ד גמזו, בנה הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א איידעם פון הגה"צ אב"ד יאסלא שליט"א. חתנה הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א רב ביהמ"ד בית מנחם צבי סאטמאר וויליאמסבורג, זון פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, חתנה הרה"ג ר' מענדל רובין שליט"א בן הגה"צ אב"ד דינוב קרית יואל שליט"א, חתנה הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א זון פון הגה"צ אב"ד ניימארק שליט"א, און חתנה הרה"ג ר' חיים מאיר שנעעבאלג שליט"א זון פון הגה"צ אב"ד עדשזווער לאנדאן שליט"א.
פרטים איבער די לוויה וועט נאכפאלגן, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.







תגובות