top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבר על שבר: נפטר געווארן הגאון ר' יעקב הכהן דויטש זצ"ל אין עלטער פון 80 יאר; הסתלקות פון דריטע ברודער בלויז אין תשפ"ה

  • sfbechatzros
  • לפני 22 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' וילך • ג' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

ברוך דיין האמת: דעם פארלאפענעם ערב ראש השנה איז פון ירושלים עיה"ק אנגעקומען די ביטערע בשורה איבערן פטירה פון הגאון רבי יעקב הכהן דויטש זצ"ל אין עלטער פון 80 יאר.


די פטירה פון הגאון רבי יעקב זצ"ל טראגט מיט זיך א טריפעלטע שבר על שבר, ווען בלויז אין דעם פארלאפענעם יאר שנת תשפ"ה איז נסתלק געווארן צוויי פון זיינע חשובע ברודער, צום ערשט מרן ראש הישיבה הגאון רבי אשר הכהן דויטש זצ"ל וואס איז נפטר געווארן חודש כסלו. דערויף דער צווייטער ברודער מרן הראש ישיבה הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל וואס איז נפטר געווארן מיט עטליכע וואכן צוריק חודש אב. און נאך אינעם זעלבן יאר, ערב ראש השנה, האט מען ליידער געהערט די בשורה איבערן פטירה פונעם דריטן ברודער הגאון רבי יעקב הכהן דויטש זצ"ל.


דער נפטר איז געבוירן געווארן אין בני ברק אין יאהר תש"ה לפ"ק צו זיין פאטער הרה"ג רבי בנימין זאב הכהן דויטש זצ"ל מנאמני ביתו ויד ימינו פונעם פאנעוויטשער ראש ישיבה הגאון רבי יוסף שלמה כהנמאן זצ"ל, וואס האט אים גאר שטארק ארויסגעהאלפן מיטן הקמת הישיבה, און רבי בנימין זאב זעלבסט האט געדינט אלס מנהל מוסד "בית אבות" וואס איז געווען א טייל פון די פאנעוויטשע ישיבה.


בימי בחרותו איז ער אריין לערנען אין ישיבת פונעוויטש הצעירים, און שפעטער איז ער אריין אין די ישיבה גדולה פון פאנעוויטש, ווי ער האט זיך קונה געווען און משלים געווען בתורה ועבודה, און איז געווען זייער חביב ונערץ ביי די ראשי הישיבה.


בהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט זוגתו החשובה תחי' א טאכטער פון הגאון רבי מאיר קובר זצ"ל, און קובע געווען מקום מושבו אין קרית צאנז ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א הערליכע שטוב בנים ובני בנים יראים ושלימים תלמידי חכמים.


דער נפטר זצ"ל איז געווען כל ימיו מפורסם אלס א געוואלדיגע מתמיד ושקדן בתורה, און א אויסגערופענע בקי בהלכה, ער האט קיינמאל נישט געוואלט אננעמען א שטעלע אדער א פאסטן סיי ווי, אבער רבים וגם שלימים פלעגן אנקלאפן אויף זיין טיר זיך מתייעץ זיין און אדורכשמועסן פארצווייגטע הלכה'דיגע נושאים אין וועלכע ער איז געווען בקי בברירות נפלאה.


אין די לעצטערע יארן האט ער ליידער געליטן פון פארשידענע מיחושים ל"ע, און דעם ערב ראש השנה איז ער ליידער נפטר געווארן לחיי העולם הבא למגינת לב משפחתו ידידיו ומכיריו.


די מסע הלוי' איז ארויס מאנטאג ערב ראש השנה אין די פארמיטאג שעות פונעם בית הלוויות שמגר אין ירושלים, אויפן וועג צום הרב המנוחות ווי ער איז געקומען לקבורה.


תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.

bottom of page