top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקרעטשניף סיגעט באזוכט בבתי אדמור"ים נאכן איבערנעמען כתר האדמור"ות | בילדער גאלעריע

  • sfbechatzros
  • לפני 12 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

פרייטאג פ' כי תבא • י"ט אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: מ.א. נוימן

אין די טעג האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א באזוכט בבתי אדמור"ים וגדולי ישראל מקבל צו זיין ברכתם הטהורות נאכן איבערנעמען דעם כתר האדמור"ות נאך די הסתקלות פון אביו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.


דינסטאג האט די רבי באזוכט ביי די זקני מנהיגי יישוב הישן דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א.


מיטוואך האט די רבי שליט"א באזוכט ביים פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, דערנאך ביי ידיד נעוריו הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן אדמו"ר מתורת חכם מיט וועם די רבי שליט"א האט געלערנט בחברותא אין זיינע בחורישע יאהרן אין די בארימטע 'אטיק' ישיבה, און צום לעצט ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א וועלכע האט דורכן טאג אויפגענומען קהל חסידיו אין ירושלים.


די גדולי ישראל האבן איבערגעלאזט ווארימע ברכות פארן נייעם רבי'ן, למען יאריך ימים על ממלכתו.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page