top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עצרת הספד אין לאנדאן ככלות השבעה להסתלקותו פון כ"ק האד' הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל

זונטאג פ' כי תבוא - י' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


ככלות השבעה להסתלקותו פון כ''ק האדמו''ר הרה''ק מראחמיסטריווקא זצ''ל איז היינט פארגעקומען א גרויסער עצרת הספד והתעוררות אין גרויסן וויז'ניצער ביהמ''ד אויף קלעפטאן קאממאן אין לאנדאן וואו א ריזן ציבור האט זיך צוזאמגענימען צו הערן דברי קינה ונהי אין באוויינען דעם גרויסן אבידה. צווישן די מספידים האבן אויפגעטראטן כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א פון לאנדאן, דער אורח הכבוד כ''ק האדמו''ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט''א נכדו הגדול פונעם רבי'ן זצ''ל וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט, אין הרה''ג רבי אברהם יוסף רובינפעלד אב''ד קהל חרדים לאנדאן.













Commentaires


bottom of page