מיטוואך פ' עקב -ט"ו אב תשפ"ג | קול בחצרות
די אידישע וועלט איז איינגעהילט אין א טיפע טרויער און יתמות געפיל, מיטן הסתלקות לשמי מרום פון אחד מזקני וגדולי הדור, האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, פאר מקדושים ונצר לקדושי עליון, כ"ק אדמו"ר משינאווא זצוק"ל, וועלכער האט זיך געזעגנט לעולם שכולו טוב נעכטן מאנטאג אינדערפרי, ביום י"ג לחודש מנח"ם אב, לדאבון לב תלמידיו חסידיו ומעריציו וכל בית ישראל. די ביטערע אבידה מיט די הסתלקות פון רבי'ן זצ"ל האט אויסגעשפרייט א וואלקן פון טרויער ביי שלומי אמוני ישראל, אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם וועלכע האבן ארויסגעקוקט אויף דעם געהויבענעם דמות, זעענדיג א פארצייטישע צורה מיטן אמאליגן חן, א איד וואס האט נאך געלעבט מיט די פריערדיגע צדיקים פון פארן קריג, און געווען א לעבעדיגע עדות פאר די יונגע דור, ווי עס איז שוין ליידער זייער זעלטן היינטיגע טעג. שווער שווער איז אראפצומאלן דעם דמות דיוקן פון אזא פילפארביגער פערזענליכקייט ווי דער שינאווא רבי זכר צדיק לברכה וואס איז געווען פון די גאר חשובע רבנים אין שטאט מאנסי, צענדליגע יארן האט ער אנגעפירט זיין שיינעם בית המדרש לתורה ולתפילה, און משפיע געווען מהודו וצדקתו אויף פילע אידן וואס האבן זיך געקלאמערט לאורו הבהיר. זיין הרבצת התורה וואס איז געווען א שם דבר, און זיין אפענע הארץ פאר יעדע איינציגע איד אין יעדע געלעגנהייט. ח' סיון תרפ"ט איז דער רבי געבוירן געווארן אין שטאט לאנצוהט, צו זיין פאטער הגה"צ ר' אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל רב אין שטאט לאנצוט. ביים ברית איז מכובד געווארן מיט סנדקאות דער הייליגער קאלאשיצער רב זי"ע, ביי וועם דער רבי זצ"ל האט זוכה געווען צו נהנה זיין גאר אסאך דורכאויס זיינע יונגע יארן. דער רבי האט געצויגן א הערליכע יחוס צום הייליגן ראפשיצער רב זי"ע בעל זרע קודש און זיינע גרויסע קינדער און אייניקלעך גדולים וקדושים. די שלשלת הקודש ברבנות העיר לאנצוהט איז אריבער דור אחר דור, זיין טאטנ'ס טאטע הרה"ק ר' חיים ראובן וואגשאהל זצ"ל אבד"ק לאנצוהט, איז געווען דער איידעם און ממלא מקום פון הרה"ק ר' מנחם מענדיל פנחס שפירא זצ"ל אבד"ק לאנצוהט, א זון פון הרה"ק ר' אלעזר מלאנצוהט זי"ע, וועלכער איז געווען א זון פונעם הייליגן בני יששכר, הרה"ק רבי צבי אלימלך מדינוב זי"ע. מצד אמו איז דער רבי געווען א אייניקל פון הרה"ק רבי אשר'ל ראפשיצער זי"ע, און פון הרה"ק רבי אלעזר מליזענסק זי"ע, דער זון פון הרה"ק דער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע. זיין מאמע'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרה"ק רבי נפתלי רובין זצ"ל אבד"ק ווישניצא, איידעם ביים הייליגן שינאווא רב הרה"ק בעל דברי יחזקאל זי"ע, בנו הגדול פונעם הייליגן צאנזער רב הרה"ק בעל דברי חיים זי"ע. משחר טל ילדותו איז דער רבי זצ"ל געווען א ריכטיגער מבקש, און געזוכט נאך ערליכע אידן ביי וועם צו קונה זיין תורה וחסידות, ער האט זוכה געווען צו זעהן דריי קינדער פונעם הייליגן צאנזער רב, הרה"ק ר' ישעי'לע טשעחויבער זי"ע, און די צוויי טעכטער הרבנית מגלינא און הרבנית נחמה'לע פון צאנז ע"ה. אלס אכט יעריג קינד האט איז זיך שוין ארויסגעלאזט אין וועג איינער אליין אויף א נסיעה צו צדיקים, ווען ער איז געפארן קיין ריישא צו זעהן הרה"ק רבי ישעי'לע טשעחויבער זי"ע, אויך האט ער דאן געהאט די זכיה אסאך צו וויילן במחיצתו פון מורו ורבו הרה"ק דער קאלאשיצער רב וועלכער האט געוואוינט אין ריישא. ביים צווייטן וועלט מלחמה איז דער רבי מיט די גאנצע משפחה פארשיקט געווארן קיין סיביר, וואו דער רבי האט ממשיך געווען מיט זיין התמדת התורה טראץ די שווערע מלחמה אומשטענדן. דארט אינעם ווייטן סיביר האט דער רבי געפראוועט זיין בר מצוה, און מיט א ברכה פונעם קאלאשיצער רב איז די גאנצע משפחה ארויסגעקומען לעבעדיג און געזונט פונעם קריג, און געוואנדן זייערע טריט קיין אנטווערפען וואו זיי האבן זיך אויפגעהאלטן פאר עטליכע יאר. בהגיעו לפירקו איז דער רבי געווארן אן איידעם ביי הגה"צ המפורסם דער וואוידיסלאוו'ער זצ"ל, וועלכער האט דאן געוואוינט אין שטאט לאנדאן, נעבן זיין שווער הרה"ק רבי שלום משאץ זי"ע. דער רבי האט חתונה געהאט אין יאר תשי"א און אוועקגעשטעלט זיין שיינעם שטוב על אדני התורה והחסידות, דינענדיג אלס מלמד און שפעטער אלס מגיד שיעור בישיבתו של רבי אין די ישיבה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביי וועם ער האט זוכה געווען צו א קירבה יתירה. חודש אלול תשט"ז איז דער רבי זצ"ל געפארן קיין ארץ ישראל להסתופף בצל הקודש פונעם הייליגן בעלזא רב זי"ע, מיטהאלטענדיג די געהויבענע ימים נוראים, ראש השנה יום הקדוש סוכות און שמחת תורה בצילא קדישא פונעם בעלזא רב, דער צוקונפטיגער שוואגער פונעם רבי'ן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכער איז דאן געווען א בחור אין בעלזא ישיבה, האט מעיד געווען אז דער בעלזא רב האט גאר שטארק מכבד געווען דעם שינאווער רב פיל מער ווי געווענליך. אין יאר תשט"ז האט דער רבי געעפנט בית מדרשו לתורה ולתפילה, בפקודת הקודש פון הרה"ק מסאטמאר האט ער גערופן דעם ביהמ"ד קהל דברי יחזקאל שינאווא, נאך זיין הייליגן זיידן דער שינאווער רב, צוערשט איז די ביהמ"ד געווען אין בארא פארק, און שפעטער אין יאר תשל"ח האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי, און פון פריש מייסד געווען בית מדרשו לתורה ולתפילה אויף נעשער קארט. אין יאר תשל"ט ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע איז אנגעקומען קיין מאנסי באשיינען די התייסדות פון די סאטמארע חדר, איז דער שינאווער רבי מכובד געווארן אויפצוטרעטן מיט א דרשה און מקבל זיין את פני הקודש, א דרשה וואס סאטמארע חסידים געדענקן גוט עד היום הזה. דער רבי זצ"ל איז געווען באקאנט מיט זיין הייליגע עבודה, דינענדיג דעם אויבערשטן מיט העכערע כוחות. די לעכטיגע תפילות, די געהויבענע נענועים צו וואס פילע אידן זענען געקומען מיטהאלטן און זען א פארצייטישע צדיק מיט די ארגינעלע חן. טראץ וואס דער רבי האט געהאט א שיינע ראביסטעווע האט ער אבער קיינמאל נישט אויפגעגעבן פון זיין לעבנס וואונטש, צו פארן זיך מסתופף זיין ביי די צדיקי הדור, ער פלעגט פארן יעדעס יאר אויף יום טוב שבועות צום סאטמארער רבי'ן, און שפעטער איז ער געפארן קיין אנטווערפען צו הרה"ק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע. יעדע נאכט פלעגט דער רבי פארלערנען א שיעור אין חובת הלבבות צווישן מנחה און מעריב, א שבת ביים רבי'ן איז געווען מעין עולם הבא, מלא וגדוש מיט יראת שמים און חסידות, דער רבי פלעגט זיצן און דערציילן סיפורי צדיקים מיטן אויטענטישן חן, זכרונות וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט און געהערט מכלי ראשון, דאס פלעגט זיך ווידערשפילן ביי די וועכנטליכע מלוה מלכה'ס, ווען פילע אידן זענען געקומען נהנה זיין מאוצרו הגדול און זיך דערווארעמען לאורם פון די פריערדיגע צדיקים. דער רבי זצ"ל האט מייסד געווען די קאלאשיצע מוסדות אין מאנסי, תלמוד תורה דברי חנה קאלאשיץ, און בית חינוך לבנות בנות פיגא בילא, לשמו ולזכרו פון זיין הייליגן רבי'ן הרה"ק רבי חנה מקאלאשיץ זי"ע און זיין מאמע הרבנית פיגא בילא ע"ה. ליידער האט די רבי מיטגעמאכט אסאך נסיונות דורכאויס די יארן, צוויי טעכטער האט ער באגלייט בחייו למנוחת עולמים, צו וואס ער האט שטענדיג מצדיק געווען דעם דין מיט א ריכטיגע אמונה אין בורא כל עולמים, אויך האט ער באגלייט זיין עלטסטן איידעם הגה"צ ר' לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ ויואל משה ד'סאטמאר, און א שנור וועלכער איז נפטר געווארן יונגערהייט. פארגאנגענעם מוצאי שב"ק פרשת קרח האט דער רבי נאך געפראוועט מלוה מלכה ווי געווענליך מיט א חיות דקדושה, עטליכע טעג דערויף האט מען גענומען דעם רבי'ן אין שפיטאל צוליב הארץ פראבלעמען, אבער ליידער האט זיך געשאפן קאמפליקאציעס און דער רבי איז אריינגעפאלן אין א שווערע געזונט צושטאנד. כלל ישראל האט איינגעריסן לרפואתו די לעצטע פאר וואכן, מיטן האפענונג אז מען וועט נאך האבן די זכיה צו נהנה זיין פון דעם רייכן קוואל, אבער ליידער איז די גזירה געווען פארשריבן, און נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט דער רבי צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה. דער רבי זצ"ל לאזט איבער א דור ישרים יבורך, אויסגערופענע תלמידי חכמים ומרביצי תורה, די קינדער פון זיין איידעם הגה"צ ר' ארי' לייבוש טייטלבוים זצ''ל דומ''ץ דק''ק סאטמאר וומס''ב, די קינדער פון זיין טאכטער הרבנית מסאדילקוב ע"ה, אשת חבר הגה"צ ר' חיים ישכר דוב גלאנץ שליט''א אבד''ק סאדילקוב מאנסי, די קינדער פון זיין טאכטער הרבנית מדזיקוב מעליץ ע"ה, אשת חבר הגה"צ ר' אברהם יעקב הורוויץ שליט''א אב''ד דזיקוב מעליץ מאנסי, בנו הגה"צ ר' יחזקאל שליט''א, איידעם ביי הגה"צ ר' ישי גרינפעלד זצ”ל מנירעדהאז אנטווערפן, בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר הרה"צ ר' יוסף נפתלי שליט''א איידעם ביי כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א, בנו הגה"צ ר' אליעזר שלום שליט''א איידעם ביי הרה''ג ר' שמואל אפרים זלמן אונגאר זצ''ל דומ''ץ דשיכון סקווירא, בנו הגה"צ ר' חיים מאיר שליט''א, בנו הגה"צ ר' דוד שליט"א, בנו הגה"צ ר' אלטר יעקב יצחק שליט"א מנהל תלמוד תורה קאלאשיץ, און חתנו הגה"צ ר' ישראל שמעון מאיר ראזענבערגער שליט''א בהרה''צ מסוליצא זצ"ל. דורכאויס די יארן האט זיך דער רבי משדך געווען מיט גדולי הדור אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האחים האדמורי"ם מסאטמאר, ויזניץ, פשעווארסק, תולדות צבי ספינקא, מעליץ, טשערנאוויץ, סקאליע, בורשטין, זידטשויב, זידטשויב חרדים, ראצפערט, פרימישלאן אנטווערפען, קאלאשיץ, דינוב קרית יואל, קארלסבורג מאנטריאל, הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנטריאל, גאב"ד סיגעיט, גאב"ד קרית הרמ"א, אב"ד אבני צדק, אהל משה וויען, אילאנדא, אשוי, באלחוב, באלטימאר, בית אהרן, גמזו, גרויסווארדיין, וואוידיסלאוו, ווייטצען וומס"ב, ווייטצען לאנדאן, וויען ב"פ, וועגשייד, זאליזשא, חוות דעת, טאלטשאווא, טאמאשוב, טעיטה, טענקא, טשענגער, טשערנא, מילדוי, מישקאלץ ב"פ, מכלל יופי, סאבאלאוו, סאווראן, סאטמאר לאנדאן, סאטמאר לאנדאן, ס. פאולא בראזיל, סוליצא, סייעתא דשמיא, פאלטישאן, פינטשוב, קלעסאן, קשאנוב, ראחוב לאנדאן, ראשית חכמה, רענדיק, שאמשאן, שאפראן, שאפראן ב"פ, שאץ מאנסי, שארית ישראל פאלטישאן, תולדות אפרים, דומ"ץ טאהש ב"פ, דומ"ץ סיגעיט, דומ"ץ קרית יואל, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, און נאך.
ת.נ.צ.ב.ה.
*
די רבי זצוק"ל ביים לערנען 'חק לישראל' נאך תפילת שחרית
コメント