top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מספינקא ארויסגעקומען צום 'מחנה ספינקא' אויף די ימי הקיץ

מיטוואך פ' ואתחנן - ח' אב תשפ"ג | קול בחצרות


ברגשי לבבות האבן די קינדער אין בחורי חמד אינעם ספינקא קעמפ - מחנה 'שבע רצון' פארלאפענעם וואך מקבל געוועהן את פני הקודש פון רבם ומאורם כ''ק האדמו''ר מספינקא שליט''א וואס איז ארויסגעקומען צום מחנה ווי די רבי וועט ווי יאהר יערליך וויילן משך די ימי הקיץ נאכן זיך ערהוילן פונעם אפעראציע ברוב רחמיו חסידיו אדאנק תפילות ישראל. דארט אינעם קעמפ וועט די רבי וועט ווייטער רוען אין זיך אנשעפן פרישע כוחות צו די הייליגע טעג.


ביים אנקומען אינעם יונגל קעמפ איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבי'ן שליט''א וועם די קינדער האבן ענטפאנגען דעם רבי'ן בשירה וזמרה אין די רבי שליט''א האט משמיע געוועהן דברות קוש פאר די קינדער אין בחורים פון די עלטערע כיתות. ווי געזאגט וועט די רבי פארלבייבן אין קעמפ אויף די קומענדיגער זוממער וואכן למנוחת הנפש.















Comments


bottom of page