דאנערשטאג פ' עקב - ט"ז אב תשפ"ג | קול בחצרות
אין שיכון סקווירא אין די טעג אריין אין דינסט א שפאגל נייע השבת אבידה צענטער אינאיינעם מיט א העכסט סאפיסטיקירטע סיסטעם, וואס ווערט באגריסט דורך די תושבי השיכון. חפצים ואס ווערן איבערגעלאזט אין בית מדרש, חדר, שולע, אדער חתונה זאלן, ווערן אהין געברענגט און אריינגעלייגט אין א סיסטעם, מיט וועלכע עסקנים וועלן פרובירן צו דערגיין די אייגנטומער. אויב נאך דריי חדשים וועט קיינער זיך נישט מעלדן און מען וועט נישט קענען טרעפן דעם בעה"ב וועט עס ארויסגעשטעלט ווערן צום פארקויפן פאר די תושבי העיר פאר ביליגע פרייזן, וואס וועט ערמעגליכן דעם השבת אבידה פראיעקט ווייטער אנצוגיין.
לרגל דעם עפענונג פונעם נייעם לאקאל זענען אריבערגעקומען אויף א באזוך דעם סקווירא רבינ'ס קינדער הרה''צ רבי אהרן מענדיל, הרה''צ רבי יצחק אין הרה''צ רבי חיים מאיר וועלכע האבן זיך אומגעעקוט אינעם נייעם השבת אבידה צענטער אין געהערט א באריכט פון די עסקנים איבער די אקטיוויטעטן פונעם מפעל אין ווארעם אנגעוואונטשן.
Comments