top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מפינסק קארלין צוגאסט אין שטאט קרית יואל לטובת מוסדותיו

דינסטאג פ' קרח - א' תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


כ''ק האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א איז דעם אנהייב וואך אנגעקומען צוגאסט קיין קרית יואל לטובת מוסדותיו הקדושים. זינטיג אויפדערנאכט האט די רבי באזוכט ביי כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער סאטמאר רבי האט געגעבן פארן רבין ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה אין מכבד געוועהן מיט לחיים.


היינט צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין די סאטמארע ישיבה גדולה סניף ברך משה, נאכן דאווענען האט די רבי אפגעראכטן א שולחן לחיים לכבוד ראש חודש אין משמיע געוועהן דברות קודש פאר די בחורי חמד אין דברי הדרכה אויסצונוצן די בחורישע יאהרן. דעם זינטיג נאכמיטאג ערב ראש חודש איז די רבי געוועהן אויף א תפילה ביים ציון הק' פון הרה''ק מסאטמאר זי''ע ליהפקד בדבר ישועה ורחמים אין דעם יום המסוגל.


אין די יעצטיגע טעג טוט די רבי שליט''א ארומגיין על פתחי נדיבים אין שטאט קרית יואל צו אויפטרייבן שטיצע צו קענען דעקן די שווערע עול המוסדות.



















Комментарии


bottom of page