top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממודזיץ שפיטאליזירט איבערנאכט ליל יום טוב ראש השנה צוליב שוואכקייט

לפני 20 שעות
זמן קריאה 2 דקות

עודכן: לפני 7 שעות

זונטאג פ' האזינו • ג' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם ליל יום טוב איז כ״ק אדמו״ר ממודזיץ שליט״א אריינגעפירט געווארן אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק, צוליב א אומגעווענליכער שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן.

די חולשה איז שוין געווען קענטיג אויפן רבי'ן, באלד ביים אריינקומען צום דאווענען ערב יום טוב, דער רבי שליט"א איז נישט געווען בכח צו דאווענען פארן עמוד, נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן לשנה טובה פאר אלע חסידים אויפאמאל און מען איז דורך וואונטשן א גוט יום טוב אויף א שנעלן פארנעם, וואו דער רבי האט יעדן צוריקגעוואונטשן בצהלת פנים טראץ זיין שוואכקייט.

שפעטער ביינאכט ווען די חושלה האט גובר געווען האבן די דאקטוירים געראטן צו נעמען דעם רבי'ן אין שפיטאל, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די נאכט. נאכ'ן דורכגיין אלע נויטיגע אונטערזוכונגען האבן די דאקטוירים באשלאסן אז מען קען באפרייען דעם רבי'ן. דאס איז געווען אום 7:00 אינדערפרי, און קורצליך דערויף אום 7:30 איז שוין דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד, ווערנדיג געפירט אויף א בענקל.

דורכאויס גאנץ יום טוב האט זיך דער רבי איבערגעשטרענגט למעלה מכוחותיו און פארגעדאווענט טייל פון די תפילות, אריינגערעכנט די הויכע שמונה עשרה פון שחרית און דערנאך מוסף, וואס איז געווען א תענוג רוחני פאר די הונדערטער חסידים וועלכע קוקן אגאנץ יאר ארויס אויף די געהויבענע תפילות פונעם רבי'ן, מיט די ניגונים און מארשן חדשים וגם ישנים, אין צוגאב צו די נייע ניגונים וואס דער רבי האט פארפאסט לכבוד יום טוב. נאך תפילת מוסף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים וואו דער רבי האט זיך מצטרף געווען צו די פרייליכע טענץ פון די חסידים להודות ולהלל אויף אלע חסדים.

דעם צווייטן טאג האט דער רבי געדאוונט די תפילות כמעשהו בראשונה, און היינט מוצאי יום טוב האט דער רבי געפראוועט דעם נעילת החג ברוב עם און דערנאך זענען די חסידים דורך זיך געזעגענען א לענגערע וויילע. 



תגובות


bottom of page