top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלפי חסידי באבוב ברחבי תבל רעכטן אפ 23'טע יארצייט פון רבם ומאורם הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצוק"ל

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 ביולי 2023
  • זמן קריאה 3 דקות

זונטאג פ' ואתחנן - ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות

ree

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


א באריכט פון 23'סטע יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל דברי שלמה מ'באבוב זי"ע בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.


דינסטאג נאכט בליל ההילולא איז די רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק און געצינדן ליכט און צגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב, נאך מעריב איז א גרויסע ציבור אדורך געגאנגען שלום נעמען פונעם רב שליט"א.


ביומא דהילולא איז די רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית בשעה 8:00 אזייגער ווי דאס ביהמ"ד איז געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה מיט הונדערטער חסידים. די רב שליט"א האט יורד געווען לפני התיבה צו די תפילות בשלהבת אש קודש מיט גרויס התעוררות, ביי הלל האט די רב געזינגען ניגונים פונעם בעל הילולא און עטליכע מאל אויסגעבראכן און א געוויין, ביים ליינען האט די רב שליט"א געדינט אלס בעל קורא, דאס דאווענען האט זיך פארצויגן קרוב צו דריי שעה. נאכ'ן דאווענען האט די רב אפגעראכטען א מסיבת לחיים און אויפגעטראטן מיט דברי הכנה לעלייה לציון הקדוש.


כחצות היום איז די רב שליט"אאנגעקומען צום ציון הקודש אין באגלייטונג פון די בחורי הישיבות הקדושות און פארגעזאגט תהילים מיט גרויס התעוררות דערנאך האט די רב פארגעלערנט משניות און זיך משתטח געווען אויפ'ן ציון הקדוש א משך זמן.


פארנאכטס איז פארגעקומען די צענטראלע סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק בית מדרשו של רבי וואס די בעל הילולא האט אויפגעשטעלט און אויף דעם ארט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש צענדליגער יאהרן, די ביהמ"ד איז געוווען אויסגעשטעלט אויף א מייסטערהאפטן פארנעם מיט אריבער 1000! זיץ פלעצער פאר די בעלי בתים און אברכים אין פארענטשעס אויפן גאנצן לענג פון ביהמ"ד פאר די בחורי חמד. בשעה 8:00 איז די רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און גערעדט עטליכע ווערטער איידער תפילת מנחה לעורר הלבבות בעניני מורא מקדש.


נאך א קורצע הפסקה איז די רב אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום עריכת שולחן הטהור, מהאט געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות מבית מדרשו של בעל ההילולא, הגה"צ דומ"צ באבוב האט געמאכט די סיום הש"ס און די רב שליט"א האט אנגעהויבן מס' ברכות, די רב האט פארטיילט לחיים פאר די רבנים המשתתפים און נגידים בעם ואישי ציבור און פאר די באקאנטע דר. קאופער דער פרעזענליכער דאקטער פון הרה"ק בעל דברי שלמה מ'באבוב זי''ע בערוב ימיו.


דערנאך האט די רב שליט"א אויפגעטראטן מיט'ן משא השנה דברות קודש בדרכי עבודת השם אין פאר גאנצע צוויי שעה געשמועסט בדברי תורתו של בעל ההילולא מתובל מיט עובדות והנהגות בעניני גלות וגאולה און די ציבור האט געשלינגען מיט דורשט די רבי אלוקים חיים מפום ממלמל רברבן, די רב האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף וויסן אז א איד דארף זיין נכנע ונשפל און אז אין אלע דורות איז דאס געווען די מציאות ובימינו אלה וואז מ'לעבט ב"ה רוהיג דארף מען מעורר זיין זיך צו האלטן בענוות חן דקדושה און זיין מצפים לגאולה העתידה און יעדע רגע, אויך האט די רב בתוך דבריו דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה נעמליך דאס אויפבוי פון א נייע ביהמ"ד הגדול און ירושלים עיה"ק ווי באריכטעט, צום סוף פון די דברות קודש האט די רב דערמאנט די גזירת החינוך און די שנאת ישראל און אלע דורות, די רב האט צוגעענדיגט בברכת קדשו לכל העם הנאספים.


ביים טיש האבן זיך אנגעזעהן פילע רבנים חשובים ואישי ציבור צווישן זיי, הרבנים מפאקשאוויץ טשענסקאוויץ, הגה"צ ר' שלום פסח לאנגסאם דומ"צ בעלזא, הגה"צ ר' דוד דוב האגער בן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, הרבנים מרודניק, חליסא, טאמאשוב, הגה"צ ר' חיים יעקב הורוויץ מציעשנוב, אב"ד איגוד אברכים פלעטבוש, הגה"צ ר' יהושע פיהרער ראה"כ באבוב טאראנטא, אב"ד ראדאמסק, אב"ד מנוחת אשר ראהוועי, אב"ד פאליענע, קהל חסידים סטעטין איילענד, טשענסקאוויץ, שטראסבורג, קארוב, הרה"צ ר' ליבוש הורוויץ מסטריזוב, הרה"צ ר' בעריש רובין מדאמבראווא, גלאגוב, הגה"צ ר' אפרים ראזען דומ"צ טארטיקוב, הרה"צ ר' שמוען יונגעווירטה אב"ד חוסט, קאמארנא, וווישניצא לעיקוואד, ראדוויל, טורקא, הרה"צ ר' בן ציון טווערסקי רב הצעיר הארניסטייפל מילוואקי, מאד, לאנצוהט, און נאך פיל.


ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

ree

תגובות


bottom of page