top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מסע הלוי' פון הרה"ק מרחמיסטירווקא זצוק"ל היינט נאכמיטאג פון בארא פארק קיין מאנסי

מיטוואך פ' שופטים - כ"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות


אשכבתא דרבי


די מסע הלוי' פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק מרחמיסטירווקא זצוק"ל וועט ארויס גיין היינט 4:00 נאכמיטאג פון בית מדרש הגדול רחמיסטירווקא אין בארא פארק אין דערנאך אין מאנסי אויפן בית החיים הר שלום.


די גאסן ארום דעם ביהמ"ד וועט זיין אפגעשפארט פאר קארס, די 45 סטע גאס צווישן 11 און 13טע עוועניו וועלן זיין אפגעשלאסן פאר פיסגייער. די אריינגאנג פאר רבנים איז פון 45סטע גאס קארנער פארט העמילטאן פארקוועי, פארקינג וועט זיין צוגעשטעלט אויף 45 סטע גאס צווישן 10טע עוועניו און פארט העמילטאן פארקוועי.


מען וועט ארויסגיין פון ביהמ"ד צום ריכטונג פון 11טע עוועניו, און מען וועט עפענען אלע גאסען צו קענען אנקומען צו 11טע עוועניו און פון דארט זיך איינדרייען לינקס ביז 60 סטריט, אויפן וועג צו מאנסי.


פרטים איבער די לוי' אין מאנסי וועט נאכפאלגן.





Opmerkingen


bottom of page