מונטאג פ' כי תבוא - י"א אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בכבוד והערצה האט דער עולם התורה אין ארץ ישראל מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט פון אמעריקא הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט''א ראש ישיבת ביהמ''ד גבוה ד'לעיקוואד וועלכע איז אנגעקומען אויף א קורצע באזוך לרגל א שמחה אין די משפחה. דורכאויס די וואך איז די ראש ישיבה ארויף לבתי גדולי ישראל זיך דורכצורעדן בענינים העומדים על הפרק, צווישן זיי ביי הגאון רבי דוב לאנדא אין הגאון רבי משה הלל הירש ראשי ישיבת סלאבודקא אין ביים זקן ראשי הישיבות הגאון רבי מאיר צבי בערגמאן ראש ישיבת הרשב''י.
אזוי אויך האט די ראש ישיבה אויפגערטאטן בהיכלי הישיבות לקראת דעם אלול זמן, אין די גרויסער חברון'ער ישיבה אין ירושלים אין אין ישיבת באר מרדכי אשר בנשיאות הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש שליט''א.
ความคิดเห็น