top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן אידן מיטגעהאלטן גאר דערהויבענער שמחת החתונה בבית המשפיע המפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן

דינסטאג פ' כי תצא - ה' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך


טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה האבן נעכטן מיטגעהאלטן די גרויסארטיגע שמחת החתונה אין קרית ויזניץ אין בני ברק, ווען הגה"צ המשפיע המפורסם רבי אלימלך בידערמאן שליט"א האט אונטערגעפירט בנו החתן אונטער די חופה, מיט די כלה א אייניקל פון הגה"צ ר' מנחם ארנסטר שליט"א ראש ישיבת ויזניץ, בת לבנו הרה"ג ר' ברוך שמעון ארנסטר, איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל לוריא דומ"ץ ויזניץ אנטווערפן.


די גאנצע שמחת החתונה איז געווען איין שטיק דערהויבענקייט און התרוממות הנפש, ווען פאר לאנגע שעה'ן האט מען זיך דערהויבן העכער און העכער אין די הויכע ספערן, איינגעהילט מיט א שמחה עילאה און דביקות. תחת דגלו והדרכתו פונעם באקאנטן משפיע און מלהיב לבבות ישראל, וועלכער האט מערערע מאל אויפגעטרעטן מיט זיינע פלאמעדיגע דיבורים דורכאויס די שמחה.


די ריזן היכל בית המדרש הגדול בית ויזניץ אין קרית ויזניץ בני ברק, איז געווען איבערגעפולט מלא על כל גדותיו, אלע אפטיילונגען פון ביהמ"ד זענען געווען איבערגעפולט עד אפס מקום, דורך די טויזענטער חסידים וואס זענען זיך געקומען מיטפרייען ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים. בראש המסובים האט באשיינט דער געהויבענער פעטער מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, וועלכער איז נארוואס צוריקגעקומען פון א לענגערע באזוך אין אייראפע וואו דער רבי האט געשעפט פרישע כוחות לקראת די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.


עטליכע מינוט נאך פינף אזייגער נאכמיטאג, האט זיך אנגעהויבן די מעמד קבלת פנים במעמד קהל רב, ווען מען האט געזינגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט, און דער משפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין. מחותן מצד החתן און פעטער מצד הכלה כ"ק אדמו"ר מדזיקוב ויזניץ איז מכובד געווארן צו ליינען די תנאים, און דאן איז מען ארויס צום חופה פארנט פון ביהמ"ד הגדול, ברחובות העיר קרית מלך רב שיכון ויזניץ בני ברק.


א זעלטענע התעוררות האט געהערשט ביי די מעמד החופה, ווען מען האט געזינגען ניגוני התעוררות והשתפכות הנפש, וויזשניצע ימים נוראים ניגונים, און היסטארישע ניגונים מבית צדיקים, הרה"ק ר' מיכל'ע זלאטשובער זי"ע און הרה"ק ר' מרדכ'ילע מנדבורנא זי"ע די זיידעס מצד החתן.


בשעת די מעמד החופה האט הרה"צ ר' אלימלך אויפגעפלאמט די הערצער פון אלע משתתפים מיט גאר יסודות'דיגע און טיפע מאמרים, זאגענדיג אז די שכינה הקדושה געפונט זיך דא, און מען קען יעצט אויס'פועל'ן אלעס גוטס, ישועות ורפואות פאר יעדן איינעם.


מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן דער געהויבענער פעטער בראש השמחה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, קריאת הכתובה דער פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מזוטשקא, ערשטע צוויי ברכות הרה"ג ר' שמואל לוריא דומ''ץ וויז'ניץ אנטווערפען זיידע פון די כלה, די אנדערע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די פעטערס האדמורי"ם מזוטשקא אמסנא און זוטשקא מאנסי, הגאונים המשפיעים ר' נחמן און ר' חיים יוסל בידערמאן פעטער'ס פון די חתן, און ברכה אחריתא דער זיידע פון די כלה הגה"צ ראש ישיבת ויזניץ.


נאכן חופה האט מרן האד' מוויז'ניץ אנגעוואונטשן דעם ציבור אין דערמאנט מחותנו כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א לרפואה שלימה, אויך הרה"צ ר' אלימלך שליט"א האט געוואונטשן דעם ציבור מיט ברכות לרוב, און זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין של שמחה. מיטאמאל האט זיך אויסגעשפרייט א שטיק התעוררות אויפן גאנצן האריזאנט, ווען ר' אלימלך האט פארגעזאגט די קאפיטל שיר המעלות פסוק בפסוק, לרפואת האשה החשובה אלטא עטיל בת בלומא גיטל, אייניקל פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, און טאכטער פון זיין ברודער הגה"צ ר' נחמן בידערמאן שליט"א, וועלכער ליגט שוין כמעט א גאנצע יאר על ערש דוי, און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים. נאכן חופה האט זיך דער ציבור געוואשן צו די סעודת החתונה וואס איז געווען צוגעגרייט אויף א ברייטע פארנעם כיד המלך, אין די צייט וואס די חשובע געסט פון אויסלאנד זענען אריבער ביים משפיע וואונטשן מזל טוב אין א דערנעבענדיגע צימער.


בערך א פערטל צו צעהן ביינאכט איז דער געהויבענער מחותן הרה"צ ר' אלימלך ערשינען צום סעודת החתונה לקול תרועת השמחה, ווען טויזענטער אידן זענען אים מקבל מיט גרויס שמחה וחדוה, אנקומענדיג אויפן בימת הכבוד האט ער זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין, און געטאנצן ספעציעל מיט עטליכע יתומים וואס ער האט באמערקט, און אויפגעהויבן דעם ציבור אין העכערע ספערן.


גאר רירנד איז געווען ווען ר' אלימלך האט אויסגעטון זיין שטריימל און עס אנגעטון אויפן קאפ פון א קליינע יתומ'ל, און געטאנצן מיט אים מיט גרויס שמחה. עטליכע מינוט דערויף איז דער געהויבענער פעטער מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה, און זיך געוואשן צום סעודה צוזאמען מיט די מחותנים. דער רבי האט געהויבן דעם ציבור און מעודד געווען די ריקודין, און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש וואו ער האט ארומגערעדט בשבח פון די וויזניצע קהילה, און די געוואלדיגע זכיה וואס זיי פארמאגן זיך צו קענען מסתופף זיין ביי אזא חשובע רבי מצדיקי הדור, און דאן האט ער אנגעהויבן דעם ניגון צהלי ורוני יושבת ציון כי גדול בקרבך קדוש ישראל, צייגענדיג מיט די הענט אויפן וויזניצע רבי.


ארום האלב צוועלף האט מען ארויסגעשיקט די בחורים פון ביהמ"ד און געבענטשט. מיטן בענטשן איז מכובד געווארן כ''ק האדמו''ר מבערזאן שליט''א, און מיט די שבע ברכות די פעטערס האד' מזוטשקא ירושלים, הגה"צ אב"ד האלמין ביתר, כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר אלעד, הגה"צ ר' וועלוויל ארנסטר אב"ד מאור חיים ירושלים, און הגה"צ ר' שלמה וואסערמאן אב"ד לעלוב, ברכה אחריתה הרה''צ רבי אהרן מרדכי רוקח בן כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א. אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן ביי די שמחת החתונה פילע אדמורי"ם ורבנים, די פעטערס לבית לעלוב און זוטשקא, האדמורי"ם מסלאנים, וויזניץ בית שמש, דזיקוב ויזניץ, פיטסבורג, ברעזאן, ביאלא רמת אהרן, זוועהיל ירושלים, לעלוב בראנוביץ, ראש ישיבת סאטמאר בני ברק, אב"ד מאור חיים צפת, הגה"צ ר' פישל מוטצען גאב"ד קרית הבעש"ט פתח תקוה, און נאך פילע אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות.


דאן איז מען צוגעטרעטן צו די געהויבענע מעמד המצוה טאנץ, ווען צום ערשט האט בדחנא דמלכא הרב פנחס גרינפעלד אויסגערופן דעם געהויבענעם פעטער מרן אדמו"ר מויזניץ צו די ריקודין של מצוה. איידער די מצוה טאנץ פון ויזניצע רבי, האט הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע ווערטער כהכנה דרבה, ארומרעדנדיג אויף די געוואלדיגע השפעות וואס מ'קען אצינד אויספועל'ן, און דברי הכנה ויראה שטייענדיג איידער די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.


די מנגנים האבן געזינגען ויהיו זרעי, און דער ויזניצער רבי האט אפגעראכטן די פייערדיגע ריקודין לקראת הכלה בשלהבת אש קודש. דערנאך האט דער ויזניצער רבי זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן מחותן המשפיע הרה"צ ר' אלימלך, און א באזונדערע ריקוד מיט גיסו הגה"צ ראש ישיבת ויזניץ. דערנאך האט מען אויסגערופן די זיידעס הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ און דומ"ץ ויזניץ אנטווערפן צום מצוה טאנץ, און דאן האט דער בארימטער בדחן ר' ישראל אדלער אויסגערופן דעם מחותן הגה"צ המשפיע, וואו ער האט ארומגערעדט פון גרויסע ענינים א לענגערע צייט, די געוואלדיגע השפעות שטייענדיג שוין אין חודש אלול.


בשלהבת אש קודש האט דער משפיע אנגעכאפט די גארטל און געטאנצן לקראת כלה, שפעטער האט ער פארגעזינגען די ניגון עקביא בן מהללאל כמנהג ירושלים, און עס איז שוין געווען אין די פריע פארטאגס שעה'ן ווען דער ציבור איז זיך צוגאנגען נאך לענגערע שעה'ן זיך מיטפרייען ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.