top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיראוויץ • מנין אידן מיטגעהאלטן הקמת המצבה על קברו פון ר' יוזפא סופר הי"ד זוהן פון הייליגן חתם סופר

דאנערשטאג פ' מטות מסעי - כ"ד תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


גרויס התרגשות הערשט די טעג צווישן אידן מוקירי זכרו פון הייליגן חתם סופר זי"ע, ווען אין די טעג איז געשטעלט געווארן א מציבה על קברו פון זיין זון הרבני התורני רבי יוסף יוזפא זצ"ל הי"ד, וועלכער איז ליידער אוועקגעריסן געווארן אויף א טראגישן אופן, און איז געקומען למנוחתו אין שיראוויץ, א ישוב אין סלאוואקיי, וואו מען האט אצינד אין טאג פון זיין 143'סטע יארצייט איבערגעלייגט די ארגינעלע מצבה על קברו, און צום ערשטן מאל זינט די צווייטע וועלט קריג, האבן א מנין אידן מתפלל געוועהן אויפ'ן ציון אין טאג פון זיין יארצייט.


רבי יוסף יוזפא זצ"ל איז געווען דער זון פון היליגן חתם סופר זי"ע, און איז געבוירן געווארן ביום ט"ז תמוז שנת תקפ"ה וואס לפלא אז דער טאג פון זיין פטירה איז געווען גנוי מיט 55 יאר שּפעטער, אויך ביום ט"ז תמוז.רבי יוסף יוזפא איז אויך גאר הויך געשטיגן ווי די אנדערע קינדער פונעם חתם סופר זי"ע, אבער ביי א געלעגענהייט איז ער דורך א שווערע איבערלעבעניש, ווען ער איז מיסטריעז געווען פארלוירן אויף א שטיק צייט, וואס דער חתם סופר זי"ע האט דאס תולה געווען צוליב וואס ער האט זיך באנוצט מיט קמיעות, און ער האט געהאלטן אז די חיצונים האבן זיך מתגרה געווען אין אים. אין יאהר תר''ם איז ער טראגיש אומגיעקומען זייענדיג אויפ'ן וועג, און א גוי'שער רשע האט אים ליידער בארבאריש אומגעברענגט, צוליב א חוב וואס דער גוי איז אים געווען שולדיג, און האט געוואלט זיך ארויסדרייען פון באצאלן. עטליכע טעג שּפעטער איז ר' יוסף יוזפא געקומען למנוחתו אויפ'ן ביה"ח אין שיראוויץ.


אין די לעצטע יארן האט מען זיך אַ ריינגעלייגט צו טרעפן די מקומות מנוחה פון אלע קינדער פון הייליגן חתם סופר זי"ע, און מען איז אנגעקומען צום נאמען פון רבי יוסף יוזפא וועלכער ליגט באהאלטן אינעם שטעטל שיראוויץ. עס איז דאן געווען א מיסטריעז און מען האט קודם זיך געמוטשעט צו טרעפן א שטעטל מיט דעם נאמען אין די גרויסע סלאוואקיי. אבער בחסדי שמים האט מען געטראפן דעם שטאט, און דערנאך דעם ביה"ח, וואס איז דאן נאך געווען ווילד- באוואקסן אן קיין צורה פון קיין ביה"ח. אין די לעצטע מינוט האט מען דאן פארמיטן פון א דערנעבנדיגע פירמע, אויפצוגראבן דעם ביה"ח, און עס נעמען פאר זיך. אזוי האט מען ב"ה מצליח געווען אפצוראטעווען דעם ביה"ח, ווען א חשוב'ער ועד פון געטרייע עסקנים אַ רבעטן פלייסיג צו האלטן דעם ביה"ח בכבוד הראוי, ובפרט דעם מקום מנוחה פון רבי יוסף יוזפא, וואס מען האט אינצווישן מצליח געווען צו טרעפן. אצינד האט מען בס''ד צוריקגעשטעלט די ארגינעלע מצבה פון רבי יוסף יוזפא וואס מען האט מצליח געווען צוזאמצושטעלן פון די שטיקלעך מצבה וואס מען האט געטראפן דארט דערנעבן, און א מנין אידן האבן צוזאמען מתפלל געוועהן אויפ'ן ציון פון דעם איש צדיק, זייענדיג דאָס ערשטע מאל אין אכציג יאר, וואס א מנין אידן האבן דארט צוזאמען מתפלל געוועהן אין טאג פונעם יארצייט.







ความคิดเห็น


bottom of page