מונטאג פ' כי תצא - ד' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
דעם פרייטאג ראש חודש אלול אריינטרעטענדיג אין די ימי הרחמים והרצון איז געפראוועט געווארן בהתעוררות רב דורך הונדערטער חסידי באבוב בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין מחנה שולה ד'באבוב. ווי יאר יערליך איז געקומען צו פארן א ריזן ציבור פון אלע געגנטער אין אזוי אויך די בחורי הישיבות פון די קעמפ'ס מיטצוהאלטן האי יומא רבה בצל הקודש.
די רב שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו הלל אין פארגעזאגט די ח"י קאפיטלעך תהילים כנהוג נאכן דאווענען. א קורצע צייט דערויף איז דער רב אריינגעקומען צום טיש און ביהמ"ד הגדול פון די דערנעבענדיגע מחנה 'כרם שלמה' ד'באבוב וואו מהאט געזינגען ניגוני ימים נוראים און די רב האט משמיע געוועהן דברי התעוררות לתשובה ותיקון המעשים כהכנה צו די ימים נוראים. נאכן טיש האט די רב פארטיילט פלוימען כנהוג.
Comments