top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צוריק געעפענט גרעסערע בתי מדרשים אין ארה"ק‎

אין די צייט וואס מדינת ישראל האט היינט געגעבן די ערלויבעניש צוריק צו עפענען די בתי מדרשים, האבן זיך היינט צוריקגעעפענט אלע בתי מדרשים נאך די גענצליכע פארשליסונג מיט צוויי חדשים צוריק. אנגעהויבן פון היינט וועט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א דאווענען תפלת מנחה און מעריב אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי עס וועלן קענען מיטדאווענען צוויי הונדערט יונגעלייט וואס שרייבן זיך איין פון פאראויס און דאס ביהמ"ד וועט ווערן איינגעטיילט אויף פיהר אפטיילונגען. אויך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז היינט ערשינען צום ערשטן מאל אין היכל קלויז הגדול און דער רבי שליט"א האט אויך געהייסן עפענען די באיאנע קלויז אין ב"פ. אין אנדערע נייעס וועלן זיך אלע תלמודי תורה צוריק עפענען ווי געהעריג, דעם קומענדיגן זונטאג.


bottom of page