דאנערשטאג פ' בראשית • כ"ז תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי באיאן אין אמעריקע זענען איינגעהילט אין שטורמישע התרגשות'דיגע געפילן, מיטן ערהאלטן די לאנג ערווארטעטע בשורה אז דער רב ואב"ד פון חסידי באיאן אין אמעריקע הגה"צ ר' מרדכי שלמה ברייאר שליט"א בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועט זיך אריבערציען קיין ניו יארק לעמוד לשרת בקודש, וואוינען אינאיינעם מיט די חברי הקהילה און שטיין בראש פון קהילות ומוסדות דחסידי באיאן איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשערזי.
דער רב שליט"א וועלכער איז אויפגענומען געווארן אלס רב ואב"ד אין די באיאנע קהילות אין אמעריקע מיט קרוב צו צוויי יאר צוריק דורך אביו הגדול דער באיאנער רבי שליט"א, איז ערווארטעט זיך צו באזעצן אין שטאט בארא פארק היינטיגן דאנערטאג בראשית.
נעכטן מיטוואך אויפדערנאכט איז כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א ארויסגעפארן צו די לוד לופטפעלד וואו די רבי שליט''א האט ארויסבאגלייט בנו חביבו הגה''צ רבי מרדכי שלמה אין די בני המשפחה. אין די נאכמיטאג שעהן איז אפגעראכטן געווארן גאר א שיינעם מסיבת פרידה אין שטוב פונעם רב שליט''א אין ירושלים, אין שפיץ פון כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א אין די גאנצע משפחת המלוכה, פארנאכטס איז הרה''צ רבי מרדכי שלמה אנגעקומען קיין בית שמש אין זיך געזעגענט מיט זיין שווער כ''ק האדמו''ר מדזיקוב וויז'ניץ שליט''א וואו עס איז פארגעקומען א באזונדערע מעמד צאתכם לשלום מיט די משפחה.
היינט אויפדערנאכט קומט פאר א גרויסע מעמד קבלת פנים לכבודו הרם פונעם רב שליט''א, אינעם באיאנער קלויז אין בארא פארק, מיט די השתתפות פון הונדערטער חסידי באיאן פון איבער גרעיטער ניו יארק אין ניו דזשערזי.
אינעם בילד: כ''ק האדמו''ר מבאיאן שליט''א מיט בנו חביבו הרה''צ רבי מרדכי שלמה
Comentários