top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דורכברוך: נייע ישיבה גדולה 'דחסידי ויזניץ' אין ניו יורק‎

מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך היינט טעלעפאנישט פארבינדען מיט די עסקני הקהלה אין ניו יורק און געפאדערט אויפצועפענען א 'ישיבה גדולה' פאר בחורי ויזניץ פון איבער גרעיטער ניו יורק און ניו דזורסי.

ביז היינט האט 'ויזניץ' בלויז פארמאגט א 'ישיבה קטנה' אין בארא פארק, און ווען די בחורים זענען עלטער געווארן זענען אלע געפארן קיין בני ברק זיך משלים זיין די ישבה גדולה יארן. צוליב די יעצטיגע מצב ווען די בחורים קענען נישט צוריקפארן קיין ארה"ק, האט דער וויזניצ'ע רבי שליט"א אנגענומען די געדאנק, אז פון היינט און ווייטער זאל אויך זיין א מעגליכקייט פאר בחורי ויזניץ צו פארבלייבן אין ניו יורק אויך אין לויף פון די ישיבה גדולה יארן און לערנען אין די ישיבה גדולה 'דחסידי ויזניץ' אין ניו יורק.


אין די יעצטיגע טעג קומען פאהר העפטיגע בארוטונגען צווישן די עסקנים אהערצושטעלן א פאסיגע פלאץ פאר די בנין פון די נייע ישיבה און אז אלעס זאל ווערן צוגעשטעלט אויפן העכסטן סטאנדארט בגשמיות וברוחניות. הנה ימים באים.


דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס 'ישיבת מיר' האט אהערגעשטעלט א בנין אין סטעטן-איילענד, געאייגענט פאר תלמידי הישיבה וועלכע קענען נישט צוריקפארן קיין ארה"ק.


bottom of page