top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לעיקוואד • הרחבת גבולי הקדושה אין קהל חקל יצחק ספינקא מיטן אפקויף פון דריי לאטס פאר ביהמ"ד

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 18 ביולי 2023
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' דברים - כ"ט תמוז תשפ"ג | קול בחצרות



היסטארישע פלענער ווערן געמאכט דורך די עסקני הקהילה פון קהל חקל יצחק ספינקא אין לעיקוואד, בנשיאות כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א על ישראל הדרתו בעיר ואם בישראל בארא פארק, ובראשות בנו הרה"ג ר' מאיר יצחק אייזיק ווייס שליט"א רב הקהילה, אריינטרענדיג אין א היסטארישע קאפיטל פון הרחבת גבולי הקדושה.


די ספינקא בית המדרש אין לעיקוואד איז געגרינדעט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק, ווען א שיינע קבוצה חסידים האבן אוועקגעשטעלט זייער שטוב אין שטאט לעיקוואד, דער ספינקא רבי שליט"א האט געשיקט בנו יקירו וחביבו הגה"צ ר' מאיר יצחק אייזיק ווייס שליט"א לכהן פאר אלס רב ואב"ד פון די קהילה אין לעיקוואד, און זינט דאן איז די קהילה גאר שטארק געשטיגן, ביז היינט ווען א פשוטער שבת איז נישטא וואו זיך צו רירן אין דעם בית המדרש צוליב די מאסיווע עולם וואס דאווענט דארט אויף א רעגלמעסיגע פארנעם.


זעענדיג די נויט צו פארברייטערן דעם בית המדרש ביד רחבה, האבן די עסקנים זיך אריינגעלאזט אין וועג אפירצוזוכן א פאסיגע לעזונג, נאך פארשידענע פלענער האט מען זוכה געווען לברך על המוגמר, און אפקויפן נאך דריי ריזיגע לאטס אין צענטער פון שטאט לעיקוואד, הארט נעבן די יעצטיגע בנין בית המדרש, צו קענען דארט אויפבויען א פראכטפולע ריזיגע בנין בית המדרש לשם ולתפארת.


די נייע גרויסע בנין בית המדרש וועט אנהאלטן א ריזן היכל מיט ארום דריי הונדערט זיצן, א עזרת נשים, א פראכטפולע מקוה, א ריזיגע היכל התורה און עטליכע שטיבלעך צו דאווענען, א שיינע שמחה זאל פאר די חברי הקהילה, און א גרויסע פארקינג לאט אין פארנט צו ברענגען די ריכטיגע הרחבת הדעת פאר אלע מתפללים.


די מאסיווע פראיעקט אפצוקויפן די דריי נייע שטחים האט שוין אפגעקאסט העכער צוויי מיליאן דאללער, און איז ערווארטעט אריינצושלעפן אין פיל גרעסערע אונטערנעמונגען אויפצובויען דעם בית גדול וקדוש, אין די יעצטיגע טעג האבן די עסקנים אנגעהויבן ארויפגיין לבתי נדיבים בעם, און פארקויפן גרויסע זכותים אין דעם נייעם בית מקדש מעט.


לויט די נייע פלענער וועט די דאזיגע שוהל זיין די גרעסטע חסידישע שוהל אינעם עיר ואם בישראל לעיקוואד, און טויזענטער אידן וועלן זיך מחיה זיין דערמיט מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.


גדול יהיה כבוד הבית הזה.

Comments


bottom of page