top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בנוסח מירון • עלייה לציון ביומא דהילולא פונעם אור החיים הק' ארויסגעשטעלט א הצלחה למעלה מן המשוער

דאנערשטאג פ' פינחס - י"ז תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


צענדליגע טויזענטער אידן האבן דאס יאהר זוכה געווען אנצוקומען צום ציון פונעם הייליגן אור החיים הקדוש זי"ע בעצם יומא דהילולא קדישא ט"ו תמוז, און מתפלל זיין לישועת הכלל והפרט מיט הרחבת הדעת, פיל מער ווי אין די פארגענגענע יארן.


נאך וואס אלע יארן איז נישט געווען קיין געהעריגע סדר ביים הילולת אור החיים הקדוש, האבן זיך א גרופע עסקנים צוזאמגענומען דאס יאר, זעענדיג די געוואלדיגע הצלחה וואס איז געווען אין אתרא קדישא מירון ביום ל"ג בעומר העבר עלינו לטובה, און אויפן זעלבן געדאנק האט מען געדינגען היימישע עסקנים זאלן ארויסהעלפן מיט אלעס ארום די הילולא קדישא, וואס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט צו זיין א מורא'דיגע הצלחה למעלה מן המשוער.


לקראת די יומא דהילולא קדישא איז אויפגעשטעלט געווארן א ריזיגע שאטער ביים הר הזיתים, וואו מען האט געקענט דאווענען רואיג מנחה מעריב, מתפלל זיין און זאגן תהלים מיט גרויס התעוררות, און אלע באדערפענישן וואס נעמט אריין פארשידענע דעטאלן, דער ציבור המתפללים האט אויסגעדרוקט געוואלדיגע צופרידנהייט פון די נייע סדר, און אזוי אויך מיט די מוצלח'דיגע טראנספארטאציע מיטלען פון אלע שטעט מיט א רואיגקייט.


עס איז געווען א געוואלדיגער קידוש השם ווען מוצאי יארצייט האט זיך די פאליציי אויסגעדרוקט צו איינער פון די היימישע עסקנים, אז זיי קענען נישט גלייבן וואס זיי האבן דא צוגעזעהן, א הפלא'דיגע סדר ביומא דהילולא פונעם אור החיים הקדוש, יעדער איז געווען רואיג און צופרידן, און קיינער האט נישט געשטופט, מאכנדיג א מורא'דיגע צוזאמענארבעט.


דער אויבערשטער זאל העלפן אז די תפילות זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און די כח הקדושה זאל שטייגן מער און מער, כאוות נפשם פון שלומי אמוני ישראל פון איבער די גארער וועלט.

Comments


bottom of page