top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים • הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל למנוחת עולמים

מיטוואך פ' שופטים - כ"ט אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: אבי סורקיס

הִשְׁלִיךְ מִשָּׁמַיִם אֶרֶץ תִּפְאֶרֶת יִשְׂרָאֵל | הורם הנזר והוסרה העטרה

א וואלקן פון אבילות אין יתמות לאזט זיך אראפ אויף די גאנצע אידישע וועלט מיטן אנקום פון די טרויעריגע ידיעה איבער דעם סילוקו של צדיק, רביה דעמי' ומדברנא דאומתי', עטרת תפארת ישראל, פאר הדור והדרו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמסטריווקא זצוקלה"ה וועלעכע איז נארוואס נסתלק געווארן לשמי מעל צוריקגעבענדיג זיין נשמה טהורה למגינת לב כל בית ישראל אין טיפן עלטער פון צוויי אין ניינציג אר. די הסתלקות פונעם זקן צדיקי הדור איז אן אבידה שאין לה תמורה פאר גאנץ כלל ישראל און פאר חסידי ראחמסטריווקא בפרט וועלכע באוויינען דעם שריד לדור הישן משיירי כנסת הגדולה די צדיק נשגב און באליבטן מנהיג וואס איז געווען נערץ ונקדש ביים גאנצן יהדות החרדית און האט באלאכטן די גאנצע וועלט מסוף העולם ועד סופו מיט זיין תורה, קדושה, צדקות, פרישות און ענוות חן דקדושה. הצדיק אבד לדורו אבד, גדול כים שברנו, אוי נא לנו כי אבדה עטרת תפארת ישראל. פרטים איבער די לוי' וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.



bottom of page