מיטוואך פ' כי תצא - ו' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
שטייענדיג אין די טעג בעפאר די ימי הרחמים והרצון איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש באיאן אז צוליב די ריבוי העם בליעה"ר וועלכע ווילן אריינגיין אל הקודש פנימה להתברך בברכת השנים פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, איז איינגעשטעלט געווארן אן אייגנארטיגע סדר, צוטיילט לויט די קלויזן, וואס וועט פארגרינגערן פארן רבי'ן שליט"א אויפצונעמען אזא ציבור בלעה"ר אין אזא קורצע זמן פון געציילטע וואכן.
אין א מודעה וואס איז נעכטן ארויסגעשיקט געווארן פאר כלל חסידי באיאן, ווערט איבערגעגעבן דורכ'ן משמש בקודש הרב אשר פריזאנט, אז אנגעהויבן פון היינט ו' אלול, וועט געגעבן ווערן א געלעגנהייט פאר גרעסערע גרופעס חסידים אריינצוגיין צום רבי'ן מיט קוויטלעך און מקבל זיין ברכת הקודש לראת די ימים הנוראים, לויט א ספעציעלע סדר, ווען יעדן טאג וועלן אריינגיין א באשטימטער צאל קלויזן צוזאמען אין איבערגעבן די קוויטלעך איינער נאכן צווייטן און דערנאך וועט דער רבי וואונטשן ברכת קדשו בכללית פאר די מתפללים יעדן קלויז.
היינט ו' אלול וועלן קענען אריבערגיין צום ערשטנס די עלטערע אידן תושבי ירושלים פון פופציג ביז זיבעציג יאהר, די קומענדיגע צוואנציג מינוט וועלן אריינגיין די מתפללי קלויז תפארת מרדכי שלמה אין ביתר, אין די קומדענגיע צוואנציג מינוט די מתפללי קלויז תפארת מרדכי שלמה אין בית שמש אין אזוי ווייטער.
Comments