top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאור המצב: האד' מקאסוב וועט דאס יאהר נישט ארומפארן אויפנעמען די חסידים צווישן די שטעט

זונטאג פ' כי תבוא - י' אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א איז געמאלדן געווארן אז לאור מצב בריאותו וועט די רבי שליט"א דאס יאהר נישט ארומפארן צווישן די שטעט אויפצונעמען דעם ציבור חסידים לקראת ימי הרחמים והרצון ווי אין די פארגאנגענע יאהרן, נאר די רבי שליט"א וועט אויפנעמען דעם ציבור אין באשטימטע זמנים בחדרו הפרטי אין קאסוב'ער ביהמ''ד אין בארא פארק. לאור המצב וועלן די זמני קבלת קהל געמאלדן ווערן טעגליך - בו ביום אויף די קאסוב'ער טעלעפאן ליניע וואו מען וועט קענען הערן די זמני כניסה פונעם היינטיגן טאג.


אין אנדערע נייעס איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א דעם מיטוואך אפגעפלויגן אויף א בליץ באזוך קיין טשיקאגא לרגל די חתונה פונעם חתן א זון פון אחיו הגה"צ ר' חיים האגער שליט"א אבד"ק קאסוב זאליטשיק, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' משה יוסף אונגער שליט"א אב"ד ווייטצען שיקאגא, ווי די רבי האט מפאר געווען בראש השמחה און געטאנצן מצווה טאנץ, די רבי שליט"א האט זיך צוריק געקערט למעון קדשו אין בארא פארק פרייטאג אין די פארטאג'ס שעה'ן. ליל שבת איז די רבי אריינגעקומען צום עריכת השולחן הטהור בבית מדרשו נאך א צייט אפשניט פון גאנצע צוויי חדשים וואס די רבי שליט"א האט געוויילט אין ארץ ישראל ווי יאהר יערליך משך די זומער חדשים.


Comments


bottom of page