top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ רבי יואל טייטלבוים בן האד' מסאטמאר איז פוקד די מקומות הקדושים אין גליל העליון

מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ד | בחצרות הקודש


הרה"צ ר' יואל טייטלבוים בן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וואס איז אנגעקומען צוגאסט קיין ישראל וואו ער האט געפראוועט דעם יו"ט ראש השנה בקרב עדת חסידי סאטמאר אין ירושלים עיה"ק, האט זיך נעכטן ארויסגעלאזט אויף א געהויבענעם נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל אינעיינעם מיט די הונדערטער בחורים וואס זענען אנגעשלאסן אין התאחדות הבחורים דסאטמאר אין ארץ ישראל, מעתיר זיין בדבר ישועה ורחמים שטייענדיג אין די געהויבענע טעג פון עשרת ימי תשובה אין לקראת די חתונה פון בתו הכלה וואס קומט פאר נאך די ימים טובים.


מען האט פוקד געווען די ציון הקדוש פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און די ציונים הק' אין צפת און טבריה, א געהויבענער מעמד תפילה 'עת רצון' איז פארגעקומען ביים ציון המצוינת פונעם הייליגן אר"י הק' זי"ע אויפן איר אלטן ביה"ח אין עיה"ק צפת ווי מען האט אויסגעזאגט ספר רביעי שבתהילים און די יהי רצון מיט גרויס התעוררות.





















Comments


bottom of page