top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שאק נאך פריצייטיגע פטירה פון הרה"ח ר' שלמה אהרן סימקאוויטש ז"ל משב"ק האד' מוויזניץ מאנטריאל

מוצאי שבת פ' ראה - כ"ה אב תשפ"ג | קול בחצרות


ברוך דיין האמת - אבד חסיד מן הארץ


מיט גרויס צער און און טיף דערשיטערטע געפילן האבן תושבי מאנטריאל אין חסידי וויז'ניץ איבער די וועלט אויפגענימען דעם ערב שבת די שווערע בשורה איבער די פלוצימ'דיגע פטירה פון הרב החסיד ר' שלמה אהרן סימקאוויטש ע"ה מחשובי חסידי וויז'ניץ אין מאנטריאל אין משמש בקודש ביי כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א, וואס איז דעם פרייטאג אוועקגעריסן געווארן אין עלטער פון בלויז 65 יאהר לדאבון לב כל יודעיו ומכיריו.


ר' שלמה אהרן איז געוועהן פון די פני העדה אין די וויזניצער קהילה אין מאנטריאל אין האט זוכה געווען צו זיין א משמש לפני ולפנים ביי יבלחט''א כ''ק האד' מוויז'ניץ מאנטריאל שליט''א וועם ער האט מיט נאמנות באדינט ביי די טישן, ביי די שמחות, ביי מאורעות, און ביים שרייבן די קוויטלעך.


דעם ערב שבת איז ער געפינען געווארן אויפן גאס באוואוסטלאז - ווארשיינדלעך נאכן ליידן פון א הארץ אטאקע, הצלה האט געארבעט איהם צוריקצוברענגען אבער ליידער אן ערפאלג. די לוויה גייט ארויס היינט מוצאי שב"ק 10:30 אויפדערנאכט פון ביהמ''ד הגדול וויז'ניץ אין מאנטריאל אין מארגן זינטאג פארמיטאג פארנט פונעם ביהמ''ד הגדול 'לבוש מרדכי' וויז'ניץ אין מאנסי אויפן וועג צום ארטיגן בית החיים.


שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


ר' שלמה אהרן ווערט געזעהן שטיין אונטער האד' מוויז'ניץ מאנטריאל דער וואך ביים סעודת הילולא כ''א אב אין די בעלזער קהילה אין מאנטריאל


בילד קרעדיט: מלכות ויז'ניץ בטלגרם


Comentários


bottom of page