top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ילדי כיתה א' פון תלמוד תורה בעלזא אין הר יונה בקודש פנימה ביי האד' מתולדות אברהם יצחק

דינסטאג פ' מטות מסעי - כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות


דעם מאנטאג נאכמיטאג זענען אריין אל הקודש פנימה צו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א במעון קדשו אין הר יונה ווי די רבי האלט זיך אויף אויף אפרוה - די ילדי כיתה א' פון די בעלזא תלמוד תורה אין הר יונה, ווי די מחנכים האבן מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א צו פארטיילן די סידורים פאר די קינדער, די רבי האט פארטיילט פאר די קינדער דער בעלזא'ער סידור 'עבודת השם', אין מאציל געווען מיט ברכת קדשו פאר די ילדי חמד אין די חשובע מחנכים.


אין אנדערע נייעס האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א דעם זונטאג קובע געווען א מזוזה ביים נייעם צוגעבויעטן שטוב, וואס איז געבויעט געווארן בביתו נאוה קודש פונעם רבי'ן שליט"א אין הר יונה, מיט אן הערליכע ארויסקוק צו די בערג אין די אומגעגענט אין הר יונה וואס וועט צוברענגען א רויאגקייט אין א שלוות הנפש פארן רבי'ן וויילענדיג אין די יעצטיגע זומער וואכן אין הר יונה למנוחת הנפש.




Comments


bottom of page