אין א דראמאטישע שריט האט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א היינט אפגעשיקט ספעציעלע שליחים צו כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א זיך דורכרעדן בענינים העומדים על הפרק. ווי ברייט באריכטעט איידער די בחירות אין מדינת ישראל, האט כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א געזאגט פאר זיינע חסידים, אז די יעצטיגע בחירות איז אנדערש ווי אמאל, צוליב דעם וואס איינע פון די חברי הכנסת ווערן אויפגענומען אלס א 'שר' אין די ממשלה וועלכע איז געאסר'ט געווארן דורך די פריעדיגע גדולים. דאן איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געווען אויף א לענגערע פריוואטע באזוך אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א און האט פארשפראכן אז ר' יעקב ליצמאן וועט נישט דינען אלס א שר אין די מדינת ישראל רעגירונג און דערפאר האט דער סלאנימ'ע רבי שליט"א צוריקגעצויגן פון זיינע ווערטער. נאכדעם וואס היינט אויפדערנאכט וועט ר' יעקב ליצמאן איינגעשוואוירן ווערן אלס 'שר השיכון' פון די מדינת ישראל רעגירונג, זענען אנגעקומען היינט נאכמיטאג די צוויי שלוחים פון וויזניצ'ע רבי הרב יעקב וואלצער און הרב יעקב טעסלער, צום שטוב פון האדמו"ר מסלאנים וועלכע האבן ערקלערט דעם רבי'ן די סיבה פארוואס די גדולי ישראל האבן באשלאסן אז ר' יעקב ליצמאן זאל יא ווערן א שר אין די ממשלה.
top of page
Comments